דינסטאג פ' נצבים - וילך • כ"א אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
אן אייגנארטיגע מעמד הודאה איז אפגעראכטן געווארן דעם פאריגן דאנערשטאג כי תבוא נאכ'ן מנין שחרית ביי כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, ווען די חסידים זענען בו ביום נתבשר געווארן איבער א ערנסטע עקסידענט וואס דער רבי שליט"א איז אריבער און ב"ה דורכגעמאכט בשלום.
פאסירט האט דאס עטליכע טעג פריער ווען דער רבי איז געפארן פוקד זיין על קברה פון זיין מאמע הרבנית ע"ה אין ירושלים, אין טאג פונעם יארצייט, ווען עס איז ווילדערהייט קעגנגעקומען אן אויטא און אריינגעזעצט אינעם רבי'נס אויטא, וואס האט זיך געקוילערט צום זייט פונעם שאסיי ביז'ן אריינקראכן מיט א שטארקן קראפט אינעם צוים. די אויטא איז גאר שטארק געשעדיגט געווארן, אבער בדרך נס פלא איז דער רבי מיט זיינע באגלייטער אין אויטא ארויס אן א שום קריץ, בחסדי השי"ת.
דער רבי האט דאן געגעבן די הוראה אז מ'זאל נישט אנשרעקן די חסידים און גארנישט רעדן פונעם אינצידענט. נאר עטליכע טעג שפעטער, ווען הרה"צ ר' אשר ראזענפעלד שליט"א בנו הגדול פונעם רבי'ן האט גומל געבענטשט ביים רב'ינס מנין, און דערמיט מוציא געווען אלע אינעם אויטא, האט דאס געהויבן ברעמען ביי די אנוועזנדע חסידים וועלכע האבן אנגעפרעגט דעם רבי'נס זון על מה ולמה ער בענטשט גומל, און אזוי ארום איז די פאסירונג באקאנט געווארן צווישן די חסידים, ועולכע האבן אפגעגעבן א שבח והודאה צו השי"ת אויף די גרויסע נסים וחסדים גלוים, ווען דערביי איז אויפגעגעבן געווארן א לחיים און מ'האט זיך משמח געווען בשירה הודאה מיט גרויס רגש.
א מורא'דיגע מעשה, ממש א בעל שם'סקע מעשה!!!