top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דעטריוט - שיקאגא - מאנטריאל: האד' מלויצק נעמט אונטער מסע חיזוק ברחבי אמעריקא און קאנאדע

  • steinbachmoishe2
  • 20 בינו׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 21 בינו׳

מאנטאג פ' וארא • כ' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


כ''ק האדמו''ר מלויצק שליט''א וועט היינטיגן מאנטאג אנקומען צוגאסט קיין דעטרויט, וואו עס איז מקום מנוחת קדשו פונעם פעטער הרה''ק רבי יעקב חיים מדעטרויט זכר צדיק לברכה, אויף א קורצע ביקור חיזוק אין די ארטיגע חרדישע קהילה וואו דער רבי האלט אן א נאנטן קשר די לעצטערע יאהרן.

נאכן קורצן באזוך אין דעטרויט וועט דער רבי אפפליען צום דענעבנדיגער שטאט שיקאגא וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן די נאכפאלגנדע צוויי טעג לטובת מוסדותיו הקדושים אין ארץ ישראל. לקראת שבת קודש וועט דער רבי ממשיך זיין די נסיעה קיין מאנטריאל קאנאדע וואו דער רבי וועט פראווען א גרויסן שבת אינאיינעם מיט פילע חסידים און מעריצים. דער רבי וועט פארוויילן אין מאנטריאל ביז די נאכפאלגענדע וואך וואו עס וועלן פארקומען מסיבות און באנקעטן לטובת די מוסדות און באזונדערע זמני כניסה בקודש פנימה לעצה ולברכה.

קומענדיגן דאנערשטאג בא, ראש חודש שבט וועט דער רבי אפשטאטן אין ניו דזשערזי אויפן וועג אהיים קיין ארץ ישראל, וואו די רבי וועט דאווענען שחרית אינאיינעם מיט די חסידים אין א לאקאלע שוהל נישט ווייט פונעם ניוארק לופטפעלד און מעריך זיין שולחנו הטהור לכבוד היום.



Comments


bottom of page