top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרייד צווישן חסידי באבוב אין לינדען צום התמנות פון הגה"צ רבי יחזקאל ליפשיץ שליט"א חדב"ן אלס דומ"ץ הקהלה

  • sfbechatzros
  • לפני 15 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

מיט איבערגיסענדע פרייד איז אויפגענומען געווארן צווישן חסידי באבוב די בכל אתר ואתר און תושבי לינדען בפרט, די ידיעה מרנינה, אז בהורמנא דמלכא פון כ”ק אדמו”ר מבאבוב שליט”א איז אויפגענומען געווארן חתנו חביבו הגה"צ רבי יחזקאל ליפשיץ שליט"א לכהן פאר צו דינען אלס דיין ומורה צדק דקהלה קדושה דברי שלמה באבוב אינעם עיר ואם בישראל לינדען.


די באבובער קהילה אין לינדען ציילט היינט צוטאגס איבער צוויי הונדערט משפחות און איז כסדר מרחיב די גבולי הקדושה מיט די בתי מדרשים און מוסדות הקדושים לבנים ובנות, וואס ווירבלען מיט פילצאליגע חסידים וועלכע האבן קובע משכנם געווען אין די שטאט, און האלטן זיך צוזאמען כאיש אחד בלב אחד תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, וואס עינו ולבו שם כל הימים. דער רבי שליט"א באגלייט כסדר די קהילה מיט א געוואלדיגע עינא פקיחא, צו פארזיכערן בעזהשי"ת די הצלחה פון די קהילה און מוסדות.


במשך די לעצטע עטליכע יאר ווערט די קהילה כסדר באגלייט פונדערנענט דורכן שליח נאמן לשולחו הגה"צ רבי יחזקאל ליפשיץ שליט"א, וועמען דער שווער, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, האט כסדר ארויסגעשיקט קיין לינדען זיך אומצוקוקן אויף די קהילה פונדערנענט, און האט דארט געפראוועט שיינע שבתים צוזאמען מיט די חברי הקהילה וועלכע האבן אנגעקניפט א קשר אמיץ מיט'ן דיין שליט"א.


אצינד איז געמאלדן געווארן די בשורה מרנינה, אז די קומענדיגע וואך פ' זונטאג וישלח הבעל"ט וועט אי"ה אפגעהאלטן ווערן דער מעמד ההתמנות, ווען דער רבי שליט"א וועט ממנה זיין חתנו חביבו רבי יחזקאל שליט"א אלס דומ"ץ פון די קהילה. דערביי וועט דער נייער דיין שליט"א זיך קובע משכנו זיין אין לינדען, לעמוד לפני העדה לשרתם בעניני הוראה און מיט אלע ענינים פון דער הרחבת גבולי הקדושה אין די שטאט, ווי זיין אנווזענהייט וועט געוויס דערהייבן די באבובער קהלה און די גאנצע שטאט לינדען בכלליות.


דער נייע דיין איז יארן געשטאנען אין שפיץ פון די חבורות אין כולל זכרון חיים ד'באבוב ווי ער האט פערזענליך באגלייט און מדריך געווען די הונדערטער אינגעלייט בדבר ה' זו הלכה, זייענדיג באקאנט מיט זיין געוואלדיגע בקיאות אין שולחן ערוך. באזונדער איז הרב יחזקאל ארויפגעקוקט אין באבוב אלס א געהויבענעם דמות זייענדיג א ריכטיגער פרי עץ חיים, מיט זיין דורכגעווייקטע חסידישע געשטעל, מלא וגדוש בתורה וחסידות.


די בשורה מרנינה איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס פרייד דורך עדת חסידי באבוב אומעטום, ובפרט צווישן חסידי באבוב תושבי לינדען, וועלכע קוקן ארויס מיט גרויס שפאנונג צום גרויסן מעמד הכתרה וואס וועט פארקומען דעם קומענדיגן זונטאג פ' וישלח אין די גרויסע בנין המוסדות אין שטאט מיטןהשתתפות כבוד פון די רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס וועט אנקומען אין שטאט צו באשיינען די מאורע.

bottom of page