רבבות אידן האבן פוקד געוועהן ציון הק' פונעם הייליגן אור החיים הקדוש זי"ע אין טעג ארום די הילולא קדישא ט"ו תמוז
- Bechatzros admin
- 15 ביולי
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 16 ביולי
דינסטאג פ' פנחס • י"ט תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
רבבות אידן איבער דער גארער וועלט האבן דעם לעצטן פרייטאג ט"ו תמוז, אפגעצייכנט די הילולא קדישא פון דעם נר המערבי ורבן של כל ישראל דער אור החיים הקדוש זי"ע. אנגעהויבן פון דאנערשטאג ערב די הילולא האבן צענדליגער טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן אנגעהויבן ארויפצוגיין צום הר הזיתים צו מתפלל זיין ביים ציון פון דער אור החיים הקודש לרגל די 282׳סטע יארצייט, א געשאצטע איבער הונדערט טויזנט אידן האבן פוקד געווען דעם ציון קודש הקדשים דורכאויס די פיר און צוואנציג שעה פון די הילולא קדישא.
אין לויף פון די הילולא קדישא האבן זיך אנגעזעהן פילע גדולי ישראל, אדמור"ים ורבנים פון פארשידענע שיכטן און קרייזן, צווישן זיי: האדמור"ים מנדבורנה, תולדות יהודה, מבקשי אמונה, לעלוב בית שמש, המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב און נאך פיל.
אויף די וועגן צום ציון הקדוש איז ווי יאר יערליך צוגעשטעלט געווארן לייכטע איבערבייס דורך די חשוב'ע עסקנים, אזוי אויך האט מען פארקויפט טויזנטער ספרי האור החיים הקדוש פאר א ביליגע פרייז לרגל די יומא דהילולא קדישא. אין די זעלבע צייט איז אין הונדערטער חסידישע צענטערן איבער דער גארער וועלט אפגעראכטן געווארן די "סעודות הילולא" און בפרט פאר די צענדליגער טויזנטער לומדי אור החיים הק', וועלכע האבן מעלה געווען זכרו הקדוש והטהור.























































תגובות