top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מדזיקוב וויזניץ נעמט אונטער 'מסע הקודש'קיין אייראפע געווידמעט פאר בוני הבית פון נייעם ביהמ"ד הגדול

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 24 בנוב׳ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 25 בנוב׳ 2024

זונטאג פ' תולדות • כ"ג חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

חסידי דזיקוב וויזניץ זענען איינגעהילט אין רגשי קודש וכיסופין זיך גרייטנדיג צום געהויבענעם מסע הקודש 'זכות אבות' וואס כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א גרייט זיך אונטערצונעמען קיין אוקריינע, אין באגלייטונג פון א קבוצה נכבדה חסידים בעלי בתים און אינגעלייט, די נחשונים ובוני הבית פונעם ביהמ"ד הגדול והחדש דזיקוב וויזניץ אין בית שמש.


די מסע הקודש נעמט אריין א גאר היסטארישע ווענדפונקט, ווען דער רבי שליט"א וועט זיך צום ערשטן מאל נאכן איבערנעמען די כתר ההנהגה - אומקערן אל אחוזת אבותיו צו די נאסטאלגישע שטעט וואו די הייליגע זיידעס האבן משפיע געווען פאר אידישע קינדער, און פראווען א שבת רוממה באתרא קדישא מעזיבוזש סמוך ונראה צום ציון הקדוש פונעם אור שבעת הימים דער בעל שם טוב הקדוש זי"ע.


דער רבי שליט"א מיט די פמליא וועלן ארויספארן פון ארץ ישראל די וואך דינסטאג אווענט, אויפן וועג קיין אוקראיינע. אין לויף פון די נאכפאלגנדע טעג וועט מען פוקד זיין די ציונים הקדושים אין סאדיגורא, קאסוב, וויזניצא, בארדיטשוב און נאך. אויף שבת קודש וועט מען אנקומען צום הייליגן שטאט מעזיבוזש און פראווען דעם שבת נועם הנשמות בצילו פונעם אור שבעת הימים דער בעל שם טוב הק' מייסד החסידות במחיצתו פונעם רבי'ן שליט"א וואס אנטשפרעכט צו זיין א יום שבתון אין לשכוח און א הייליגע איבערלעבעניש און חטיבה אחת פון קדושה והתרוממות עילאה.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page