גרויסן ציבור ביי חתונה לנכד המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג מיט הכלה אייניקל פון האד' מטעמישוואר
- בחצרות הקודש
- 25 באוג׳ 2024
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' ראה • כ"א אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
מיט התרוממות הנפש וחדוה דקדושה איז דעם דאנערשטאג געפראוועט געווארן די געהויבענע שמחת החתונה פון א אייניקל ביי הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב מיט די כלה אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מטעמישוואר שליט"א, די חתונה איז געפראוועט געווארן במקהלות עם רב אין די זאלן פון היכלי הפאר אין בני ברק, וואו הונדערטער חסידים ומעריצים האבן זיך מיטגעפרייט לאנגע שעות אין א שמחה'דיגע שטימונג.
עס איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א זון פון הרה"ג ר' אשר ישעי' הורוויץ שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יעקב שרגא הורוויץ שליט"א אבד"ק זרע קודש וראש ישיבת בית מאיר, און איידעם ביי הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' יצחק מאיר לייפער שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מטעמישוואר שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' נפתלי מענדלאוויטש שליט"א אב"ד טורקא טבריה.
לעת ערב זענען די געהויבענע זיידעס ערשינען צום מעמד קבלת פנים, א לענגערע צייט האט מען געזינגען ניגוני התעוררות, ווארימע ניגונים וואס ווערט געזינגען ביי שלש סעודות מדי שבוע בשבוע בחצר הקודש נחלת יעקב, דורכאויס די קבלת פנים איז הרה"צ ר' צבי מאיר געשטאנען און אויפגעפלאקערט דעם ציבור מיט א געוואלדיגע התעוררות קרוב צו א שעה צייט.
ביים חופה איז די זיידע הגה"צ אב"ד זרע קודש שליט"א מכובד געווארן מיט סידור קידושין, דער זיידע הגה"צ אב"ד טורקא טבריה איז מכובד געווארן מיט כתובה ליינען, מיט די ברכות זענען מכבוד געווארן די זיידעס פון חתן הרה"צ רבי צבי מאיר און זיין פאטער הרב החסיד ר' משה זילבערבערג שליט"א, ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר מטעמשוואר שליט"א, נאכן חופה האט די טעמשווארער רבי אנגעוונטשן מברכות קדשו לכל הקהל הקודש.
א קורצע צייט נאכן מעמד החופה זענען די זיידעס אריינגעקומען אין זאל צום סעודת החתונה, בשעת די ריקודין איז רבי צבי מאיר אראפ אין צענטער פונעם זאל און געטאנצן לעבעדיג און דערהויבן דעם ציבור העכער און העכער, ווי הונדערטער תלמידים וחסידים פרייען זיך מיט בשמחתו הגדולה.
אזוי אויך האבן זיך באטייליגט דורכאויס די שמחה האדמורי"ם מבוהוש, סטריקוב, שומרי אמונים, קאזמיר, אנטניא, הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן גאב"ד מערב בני ברק, הגאון הגדול רבי משה שאול קליין רב שכונת אור החיים, הרה"צ המשפיע רבי אהרן טויסיג, גאב"ד מאקאווא אשדוד, הגאון רבי משה נחשוני מרבני ראשון לציון, הגאון רבי חיים שמערלער אב"ד היכל צבי צאנז און נאך.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט די מצוה טאנץ, צוערשט איז געטאנצן די זיידע הרה"ח ר' משה זילבערבערג שליט"א, דאן האט מען אויפגערופן די זיידע די טעמשווארער רבי וועלכע האט בעפאר די ריקודין פארגעזינגען די ניגון 'תנו רבנן' כמנהג חותנו כ"ק אדמו"ר רבי מיכעלע מזלאטשוב נתני' זצ"ל, דערנאך האט מען אויפגערופן די זיידע הגה"צ אב"ד זרע קודש שליט"א, און צום הויכפונקט דער געהויבענער זיידע הגה"צ ר' צבי מאיר שליט"א, וועלכער האט אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה בהתלהבות אש קודש. עס איז שוין געווען קרוב צו זעקס אזייגער אינדערפרי ווען דער ציבור האט פארלאזט די זאל נאך די געהויבענע חתונה, אנגעזאפט מיט השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות.















































































Comments