מיטוואך פ' צו • י"ז אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
גאר געהויבענע ימי הפורים זענען אדורך בצל קדשו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, וועלכער האט אין לויף פון די הייליגע פורים טעג אויפגעטראטן עטליכע מאל מיט דברות קודש חוצבות להבות אש פאר די מאסן אידן וואס האבן געשטראמט צו ביתו נאוה קודש אין ירושלים עיה"ק און אום פּורים דפרוזים אין שטאט בית שמש.
פאריגע וואך בעפאר "שבת זכור" איז באוואוסט געווארן אז דער גאון וועט אנקומען וויילן אין די קרית הישיבה אין שטאט בית שמש אינאיינעם מיט זיינע תלמידים בני הישיבה.
פרייטאג צונאכטס, צווישן קבלת שבת און מעריב האט דער פוסק הדור שליט"א אויפגעטראטן מיט דברי התעוררות והשקפה איבער'ן חובת מחיית עמלק און פיינט האבן די רשעים און כופרים וואס ווילן אויסרייסן די תורה הקדושה בימינו אנו, שבת אינדערפרי האט מען ווידער געהערט א פייערדיגע דרשה מיט דברי התעוררות בעפאר מ'טרעט צי צום ליינען די קריאה פון פרשת זכור. דער גאון האט עולה געוועהן די קריאה פון "זכור" און האט זעלבסט געליינט די גאנצע "פרשת זכור".
אום מוצאי שבת ליל "פורים דפרוזים" נאכ'ן ליינען די "מגילה" איז אפגעראכטן געווארן א "משתה היין" אין היכל הישיבה הגדולה בקול צהלה ורינה, באגלייט מיט מוזיק און פייערדיגע טענץ פון די הונדערטער תלמידי הישיבה.
ביים משתה היין האט דער גאון האט אויסגעטיילט די ספּעציעלע פרסים פאר די תלמידי הישיבה וואס האבן זיך אויסגעצייכנט מיט'ן זאגן "חבורות" און איבער'חזר'ן דעם שיעור.
אויפצומארגנס זונטאג "פורים דפרוזים" האט דער פוסק הדור געליינט די מגילה בביתו נאווה קודש אין ירושלים, כמנהגו אלע יארן.
שפעטער איז כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א ארויפגעקומען צו מעון קדשו לברך ולהתברך לרגל ימי הפורים, וואו עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס בדברי תורה והלכה איבער די ימי הפורים.
פורים צופרי האט דער גאון שליט"א געדאוונט בביתו נאוה קודש און דערנאך געליינט די מגילה, נאכגעפאלגט מיט די סעודת היום, ווען מען האט געעפנט די טיר פאר די הונדערטער אידן וועלכע האבן אין לויף פונעם גאנצן טאג געשטראמט זיך צו בענטשן אינעם הייליגן טאג.
פארנאכטס האט מען זיך ווידעראמאל זיך געוואַשן צום סעודת "משתה היין", וואו דער פוסק הדור האט פארגעזינגען ניגוני קודש וואס ער האט מקבל געווען פון זיינע רבי'ס די ראשי הישיבה זצ"ל אין לאנדאן און אין ארה"ק, און אזוי אויך ניגוני כיסופין לגאולה אין אידיש, וואס האט ארויסגעברענגט גרויס התרגשות דקדושה ביי אלע אנוועזנדע.
Comments