חרדי'שער אידנטום אין שיקאגא ערווארט בהדרת כבוד האד' מראחמיסטריווקא מאנסי אויף א געהויבענעם שבת שירה
- בחצרות הקודש
- 30 בינו׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 30 בינו׳
דאנערשטאג פ' בא • א' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

דער חרדי'שער אידנטום אין שטאט שיקאגא ערווארט בהדרת כבוד מקבל פנים צו זיין דעם אורח הדגול, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, וואס נעמט אונטער אן ערשטמאליגער מסע הקודש קיין שיקאגא נאכ'ן איבערנעמען דעם כתר האדמורו"ת, און וועט דארט אפרעכטן א געהויבענעם שבת בשלח שירה.
דער רבי שליט"א וועט חונן זיין את פני העיר שיקאגא דעם קומענדיגן מיטוואך בשלח. אויפדערנאכט וועט אפגעראכטן ווערן א גראנדיעזע "קבלת פנים" אין ביהמ"ד חסד לאברהם זידיטשוב וואו די תושבי העיר וועלן האבן די געלעגנהייט מקבל פנים צו זיין דעם חשוב'ן גאסט און אנטיילנעמען בהחזקת המוסדות.
שבת שירה וועט דער רבי שליט"א אפרעכטן אין די ארטיגע בתי מדרשים בקרב הקהילות הקדושות. די תפילות פרייטאג צונאכטס וועט זיין אין ווייצענער ביהמ"ד, דער טיש פרייטאג צונאכטס און דאווענען שבת צופרי אין ביהמ"ד קהל חסידים, און מנחה ושלש סעודות אין ביהמ"ד קהל מאור ישראל.
נאך שבת וועט דער רבי שליט"א פארבלייבן אין שטאט ביז מאנטאג, און עס וועט זיין א געלעגנהייט פאר די תושבי העיר אריינצוגיין לעצה ולברכה און זיך ווארעמען ביי די געהויבענע תפילות.

Komentar