top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 23 במאי 2024
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 5 באוג׳ 2024

ree

דאנערשטאג פ' בהר • ט"ו אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


האדמו"ר מראחמיסטריווקא אריינגעטוהן אין א הזכרה אויפן טעלעפאן שפאצירנדיג אויף די שווייצע בערג.

ree

די נייע ערוועלטע רב אין ציריך שווייץ הגה"צ רבי צבי אלימלך פאדווא גאב"ד אגודת אחים טרעט אויף ביים מסיבת לחיים לרגל די התמנות.

דער רב פון אלט שטאט ירושלים הגאון רבי אביגדור נבנצאל שליט"א און א שמועס מיט א תלמיד איבער די קלארע דיבורים וואס זענען געהערט געווארן ביים שיעור דעם מוצאי שבת וואו דער רב האט מרמז געוועהן איבערן טויט פון איראנער פרעזידענט.

דיגיטאלער הזמנה צום גרויסן שבת פאר נגידים מיט האד' מוויז'ניץ אין די פראכטפולע מלון רעזארט אין ניו דזשערזי

די קורצע אויפטריט פון הנגיד ר' אפרים זלמן בעק הי"ו מראשי הקהילה אין ציריך שווייץ ביים גענעראל פארזאמלונג די וואך איידער די וואלן פאר די רבנות פאזיציע.

צענדליגער קוגלען אנגעגרייט פאר די רבבות אלפי ישראל טועם צו זיין ביי די הדלקה רבתי דעם ל"ג בעומר אין קרית יואל.

דעת תורה פון הצדיק רבי דב קוק פאר איינער פון די תלמידים אין חוץ לארץ וועלכע האט אנגעפרעגט וועגן קומען ל"ג בעומר קיין מירון : "שלא יבוא".

הרה"צ רבי חיים מאיר רוקח נכד האד' מבעלזא ביי שלש סעודות נאכן פראווען א געהויבענע שבת התאחדות מיט די תלמידי הישיבה אין חיפה.

ערשטע סנדקאות פון האד' מביאלא נאכן איבערנעמען די כתר האדמור"ות.

ree

האד' מסקאליע מיטן היסטארישן ירושה בעכער פון הרה"ק רבי אליעזר חיים מיאמפאלי זי"ע וואס געפונט זיך באוצרו הטוב, געזעהן געווארן ביים סעודת הילולא די וואך.

ree

האדמו"ר מסקווירא מאנסי אויף א באזוך פאריגן מוצאי שבת ביי הגה"צ גאב"ד וואודריטש.

ree

ביים לוי' די וואך פון כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק זצ"ל האט 'קרישקעס' באמערקט חתנו האדמו"ר מראחמיסטריווקא לייקוואד שליט"א אין א שמועס מיטן גוי וואס האט זיך אפגעגעבן מיטן שווער די לעצטערע יארן לעת זקנתו.

ree

די ריזן אודיטאריום אין שטאט אשדוד גרייט צום שב"ק דורך האד' מוויז'ניץ.

הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר בן האד' מגור אויפן פליגער ביים נסיעה דורך די ש"ס אינגעלייט קיין פולין.

ree

האד' מראחמיסטריווקא אויפן פליגער צוריק קיין ארץ ישראל נאכן וויילן די לעצטע צוויי וואכן אין דאוואס שווייץ אויף אפרוה.

ree

האדמו"ר מוויז'ניץ מאנסי אויפן פליגער קיין טאראנטא ביים 'מסע הנגידים' אין א שמועס מיט הנגיד ר' יודא יואל ראזנפעלד הי"ו.

ree

באגריסונג פונעם שטאטראט 'נוף הגליל' צום באזוך דעם שבת פון האד' מערלוי אין הר יונה

ree

ביים שמחת התנאים די וואך פון החתן ליפא דייטש הויז בחור ביי האדמו"ר מסאטמאר האט 'קרישקעס' באמערקט דער בארימטן בעל מנגן בחצר הקודש סאטמאר ר' עמרם אקער.

ree

הרב יהושע מענדלאוויטש משב"ק האדמו"ר מסאטמאר ביים וואונטשן מזל טוב.

ree

הרב יעקב בער טייטלבוים בן הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א געזעהן געווארן מתפלל זין ביים ציון הק' אין אוהעל די וואך ביי א נסיעה מיט א חבורה.

ree

הרב משה פריעדמאן משב"ק אדמור"י סאטמאר אין א באגעגעניש מיט הרה"צ רבי יואל טייטלבוים אבד"ק בית ברוך קר"י בן האד' מסאטמאר ביי אן אסיפה די וואך אין מאנסי.

ree

האד' מוויז'ניץ לאנדאן ביי א שמחה די וואך בבית האד' מביאלא לאנדאן.

ree

האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג ביים דערציילן סיפורי צדיקים פארלאפענעם מוצאי שבת אין בארא פארק ארומגענימען מיט חסידים.

ree

האחים האדר"ים מראחמיסטריווקא פון בארא פארק און מאנסי אין א שמועס ביים לוי' די וואך פון האדמו"ר מסטרעליסק זצ"ל אין בארא פארק.

ree

העסקן ר' שאול לאנדא מראשי ק"ק פיטסבורג ביים מקבל פנים זיין האד' מוויז'ניץ אנקומענדיג אויפן געהויבענעם באזוך אין שטאט אשדוד.

ree

האד' מדאראג אין א באגעגעניש מיט הרב שלום מרדכי רובאשקין נעכטן ערב ל"ג בעומר אין מירון.

ree

מעיאר פון שטאט צפת בקודש פנימה ביי האדמו"ר מלעלוב במעון קדשו אין צפת.

ree

די פאטאגראפירער ר' אברמי ווייס האט קרישקעס באמערקט ביים מקבל זיין מצות מצוה פון האדמו"ר מלעלוב שליט"א ביים פסח שני טיש די וואך.

ree

הגה"צ רבי מאיר צוויבל אבד"ק קדושת יו"ט וויליאמסבורג טרעט אויף ביים מסע הקודש דורך די בארימטער 'בוני עולם' ארגאניזאציע צו די קברי אבות אין פולין.

ree

אחים לענטשעווסקי ביי די עבודת הקודש ביים 'בוני עולם' נסיעה קיין פולין.

ree

א ברכת מזל טוב פאר הרב שמואל הערמאן הי"ו רעדאקטאר פון די 'א בליק - שטיבל' אויסגאבע לרגל הולדות הבן למזל טוב, א באזונדערע ברכת מזל טוב פארן זיידן הר"ר דוד חיים הערמאן מגדולי עסקני חצר הקודש סקווירא.

ree

א ברכת מזל טוב פאר הבה"ח יעקב קאפל האס הויז בחור ביי הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א לרגל זיין שידוך שליסן בשעה טובה ולמזל טוב.

ree

תגובות


bottom of page