top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שריפה אין נדבורנה; תפילות שבת אפגעראכטן תחת כיפת השמים

מוצאי שבת פ' כי תבוא - ט"ז אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


א פייער האט אויסגעבראכן דעם ערב שבת אינעם בנין ביהמ''ד הגדול נדבורנה אין בני ברק, דער פייער האט זיך אנגעהויבן אויפן שטאק פונעם ישיבה גדולה פון אן עלעקטעריק באקס וואס איז ארויף אין פלאמען. די פייערלעשער האבן ביז א קורצע צייט געברענגט די פייער אונטער קאנטראל, איבערלאזנדיג לייכטע שאדנס אינעם היכל הישיבה.


אלס אורזאך פונעם שריפה איז די עלעקטעריק אינעם בנין געווען אפגעהאקט, כאטש וואס די עלעקטעריק קאמפאני איז געוועהן גרייט אראפצוקומען בעפאר שבת, האט כ''ק האדמו''ר מנדבורנה שליט''א נישט געלאזט די ארבייטער פאררעכטן דעם פראבלעם צוליב א חשש חילול שבת.


די תפילות ליל שבת האט מען געדאווענט תחת כיפת השמים פארנט פונעם ביהמ''ד הגדול אין קרית נדבורנה, אין די רבי שליט''א איז נישט אריינגעקומען צום טיש פרייטאג צונאכטס.


שבת אינדערפרי האט מען געדאווענט אינעם זאל שע''י ביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן זצ''ל וואו עס איז אויך פארגעקומען עטליכע שמחות ביי די חסידים. אזוי אויך שלש סעודות האט די רבי געפראוועט אויף א פריוואטער פארנעם אינעם זאל.











Commenti


bottom of page