top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טראגעדיע: האשה החשובה מרת חנה פעשא דייטש ע"ה טאכטער פון האד' מספינקא פלוצלינג נפטר געווארן

דינסטאג פ' קדושים • כ"ט ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


ברוך דיין האמת - שוד ושבר בגבולינו: מיט שאק און שוידער ווערט אויפגענימען די שווערע בשורה פון בני ברק איבער די טראגישע פטירה פון האשה החשובה בת קדושים מרת חנה פעשא דייטש ע"ה טאכטער פון יבדל לחיים טובים כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, וואס איז ליידער היינט אינדערפרי נישט אויפגעשטאנען פון איר שלאף ה"י און אויסגעהויכט איר נשמה אין בליענדן עלטער פון בלויז דרייסיג יאהר איבערלאזנדיג א שטוב מיט פיר קליינע יתומים'לעך אינדערהיים.


די טראגעדיע האט אויפגעשאקלט ספינקא חסידים אומעטום וועלכע האבן גאר שווער אויפגענימען די בשורת איוב זייענדיג זיך משתתף בצערו של אבא, ווען די רועה נאמן די רבי שליט"א דארף ליידער באגלייטן אן אייגן קינד למנוחות ל"ע, די נפטרת אשת יבלחט"א הרה"ג ר' דוד דייטש שליט"א א זון פון הגה"צ רבי מתתי' דייטש שליט"א גאב"ד רמת שלמה, איז געווען די יונגסטער קינד פונעם ספינקא רבי'ן שליט"א.


די לוי' קומט פאר היינט 2:00 נאכמיטאג פון ביהמ"ד הגדול ספינקא אויף רחוב דונולו אין בני ברק אויפן וועג צום בית החיים 'סגולה' אין פתח תקוה וואו די נפטרת וועט קומען לקבורה אויפן ספינקא חלקה.


ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ושנשמע ונתבשר בשורות טובות.





Kommentarer


bottom of page