דינסטאג פ' בשלח • ו' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: טיפ הפקות
אין א זעלטענע מאניפעסטאציע פון הכרת הטוב האבן זיך פארזאמלט אין בני ברק צענדליגע אדמורי"ם און גדולי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן אויף א ספעציעלע מעמד הכרת טובה פאר די אריבער 1,200 גבאי קודש פון די צדקה ארגאניזאציע 'טובה וברכה' בארץ הקודש, ובראשם דער מייסד ונשיא הקופה הרבני הנגיד ר' יואל ישראל זופניק הי"ו פון וויליאמסבורג וועלכער טוט פארטיילטן מזון ומחיה אין ווערד פון מיליאנען שקלים א יאהר פאר היימישע משפחות לענגאויס ארץ ישראל, מדן ועד באר שבע. צווישן די גדולי ישראל וואס האבן זיך משתתף געוועהן ביים אסיפת רבנים אין בני ברק, האבן זיך אנגעזעהן: כ"ק האדמורי"ם מצאנז, נדבורנא, מודזיץ, אלכסנדר, סטריקוב, ראשי ישיבות סלאבאדקע הגאון הגדול רבי דב לאנדא שליט"א און הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א, ראש הישיבה הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א, און הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן גאב"ד מערב בני ברק.
כמעשהו בראשונה איז צומארגנס אפגעהאלטן געווארן אין עיה"ק ירושלים, די אסיפה איז פארגעקומען אין די שמחת ירושלים זאל וואו צענדליגע אדמורי"ם און גדולי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן האבן אויסגעדרוקט זייער אנערקענונג פארן חשובן נדיב וועלכער האט די זכיה צו שפייזן אזויפיל טויזנטער משפחות בדרך כבוד. צווישן די גדולי התורה והחסידות האבן זיך משתתף געוועהן האדמור"ים מראחמיסטריווקא, תולדות אברהם יצחק, דושינסקיא, פינסק קארלין, ביאלא, די חברי בית צדק העדה החרדית הגאון ר' יעקב מענדיל יאראוויטש, הגאון רבי שלמה יהודה הירש און הגאון רבי שמואל בראנדסדארפער שליט"א. המשפיע הגה"צ רבי אלמילך בידערמאן שליט"א מלעלוב, הגאון רבי דוד כהן ראש ישיבת חברון, הגה"צ רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר, הגאון רבי יעקב משה הלל ראש ישיבת המקובלים אהבת שלום און נאך.


















Comments