top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בית יעקב אש • אסיפת עם קודש אין ק"ק פאפא מאנסי פאררופן דורך האד' מפאפא

מיטוואך פ' כי תשא • י"ט אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


א גרויסארטיגע אסיפה איז פארגעקומען די וואך אין די פאפא קהילה אין מאנסי, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועלכער האט פאררופן אלע חברי הקהילה און הורי המוסדות, אין בעפארברייטונג צו די גרויסארטיגע קאמפיין בית יעקב אש לטובת מוסדות פאפא אין מאנסי.


די פאפא מוסדות אין מאנסי וואס דער רבי האט געגרינדעט אין שנת תשמ"ט, איז שטארק באליבט ביים רבי'ן וועלכער זארגט זיך דערפאר מיט גרויס געטריישאפט, די מוסד טראגט דעם הייליגן נאמען פון אביו הגדול הרה"ק בעל ויחי יוסף זי"ע, די תלמוד תורה צאן יוסף, און די ישיבה קטנה ויחי יוסף.


אין ליכט פון די אומגעהויערע שנעלע וואוקס פון די פאפא קהילה אין שטאט, ווען עס האבן זיך אין די לעצטע יארן געעפענט פילע נייע שטיבלעך, און אויך האט די קהילה אויפגעבויעט א גיגאנטישע ביהמ"ד אין צענטער פון שטאט, איז אויך די מוסדות הקדושים גאר שטארק געשטיגן און געוואקסן, אינאיינעם מיט די פינאנציעלע אנגעלעגנהייטן וואס שטייגן מיט יעדע פארבייגייענדע טאג.


זעענדיג דעם צורך הענין האט כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א פאררופן א צענטראלע אסיפה פאר אלע חסידים תושבי מאנסי, די אסיפה איז פארגעקומען אין די זאל פון ישיבה ספרינג וואלי, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, און געמאלדן די עפענונג פון א צענטראלע מגבית מיטן נאמען בית יעקב אש, אויפצוטרייבן גרעסערע סכומים אין געציילטע טעג, צו קענען פארברייטערן די גבולי המוסדות גרינגערהייט.


ביים מעמד האט אויך אויפגעטרעטן הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער ראש ישיבת תורת צבי ספינקא אין קרית יואל, און צום שלוס פונעם מעמד זענען אלע חסידים אריבער בפני הקודש איבערגעבן די שטרי התחייבות, זיך שטעלנדיג לימין הקודש בהנהגת הקהילה והמוסדות.


נאכפאלגענדיג די גרויסע אסיפה, איז פארגעקומען א ספעציעלע אסיפה אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אהרן עקיבא גאלדבערגער, וואו כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש לכל העם הנאספים, און אזוי אויך האט דער בארימטער מגיד ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש אויפגעטרעטן מיט הפלא'דיגע דיבורים פאר די פארזאמלטע.













Comments


bottom of page