top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בָּרוּךְ הַטּוֹב וְהַמֵּיטִיב • אפעראציע ביי האד' מפינסק קארלין דורך מיט הצלחה

דינסטאג פ' מצורע • ח' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט דערלייכטערונג איז יעצט נאכמיטאג אויפגענימען געווארן די בשורה טובה ארויס פון די הדסה עין כרם שפיטאל אין ירושלים אז דער אפעראציע ביי כ"ק האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א איז ב"ה דורך מיט הצלחה, די אפעראציע האט געדויערט קרוב צו צוויי שעה וואו געפלאנט און די פראפעסארן זענען צופרידן פון די אנטוויקלונגען.


די פרייליכע נייעס איז געמאלדן געווארן דורך הרב יחזקאל העניג פון די נאנטע מקורבים ביים רבי'ן שליט"א אין א מודעה וואס איז ארויסגעשיקט געווארן פאר חסידי פינסק קארלין וועלכער זענען זיך צוזאמגעקומען בשעת דעם פראצעדור מתפלל צו זיין לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א און אויספועל'ן א רפואה שלימה.


די רבי שליט"א וועט פארבלייבן די קומענדיגע טעג אין שפיטאל אויף אבזערוואציע מיטן האפענונג צו קענען אהיימקומען נאך בעפאר שבת און פראווען דעם יו"ט פסח בחצר קדשו אין ירושלים.


היינט אין לויף פונעם טאג האט זיך די רבי שליט"א פארבינדן טעלעפאניש מיט די גדולי האדמור"ים און משפיעים זיך מזכיר צו זיין איידער דעם קאמפליצירטע אפעראציע, צווישן זיי: כקש"ת הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, כ"ק האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, האדמו"ר רבי יקותיאל אבוחצירא שליט"א, המקובל הגה"צ רבי גמליאל רבינוביץ שליט"א און המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א.


כלל ישראל איז ווייטער מתפלל למען בריאתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א, מרן רבי אריה לייב בן יוכבד מונטשע, דער רבי זאל זיך ווי גיכער צוריקכאפן צו די כוחות און זיך אומקערן לאיתנו הראשון בבריא גופא ונהורא מעליא.




bottom of page