top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בשורה טובה: האד' מסערדאהעלי ב"ה אהיימקומען פון שפיטאל

פרייטאג פ' במדבר • א' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


מיט דערלייכטערונג איז אויפגענימען געווארן די בשורה טובה אז כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א איז ב"ה היינט אינדערפרי באפרייט געווארן פון די מאונט סיני שפיטאל, לביתו נאווה קודש אין בארא פארק. יעצט אינדערפרי איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית בהיכל בית מדרשו לכבוד ראש חודש. די רבי שליט"א איז נאך היבש אפגעשוואכט פונעם אינפעקציע און איז נאך אנגעוונדן אין תפילות ישראל, דער נאמען צו מתפלל זיין איז מרן חיים יהודה בן חנה לרפואה שלימה וחיזוק הכוחות ברמח אביריו ושסה גידיו.

bottom of page