top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חזק ונתחזק: הונדערטער תושבי וויליאמסבורג מיטגעהאלטן שבת מרומם בצל המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ערלאנגער שליט"א

  • Bechatzros admin
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

מאסן חסידים ואנשי מעשה האבן זיך דעם שבת דערווארעמט בצילו פון המשפיע המפורסם הגה"צ רבי יצחק משה ארלאנגער שליט"א פון ארץ ישראל, אין ראם פון דער התאספות מדי שבוע בשבוע פון די ימי השובבי"ם, דורך חבורת "רעווא דרעווין-באר האמונה", ווען שווערע הונדערטער אידן פילן איבער די זאלן פון עידן פעלעס אדער אנדערע זאלן וואו דער התאספות ווערט אפגעראכטן, קומענדיג מיטן איינעם ציל, זיך מחזק צו זיין און נתעורר צו ווערן מיט תשובה ותיקון המעשים.


שוין פארלאפענעם שב"ק אין די ערשטע מינוטן פון די ימי השובבי"ם האבן הונדערטער אידן זיך פארזאמלט מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שלש סעודות בצלו פון הרה"צ חו"פ רבי יצחק משה ערלענגער שליט"א, וואס האט מעורר געווען דעם ציבור בדברים חוצבים להבות אש, און משפיע געווען מאוצרו הרם איבער דעם קדושת הזמנים המשמשים ובאים, באגלייט מלפניו ומלאחריו מיט די ניגוני התעוררות וואס ברענגט עקסטער אריין רשפי אש קודש בלבות בני ישראל.


ווי דער סדר אין וויליאמסבורג, איז מען זיך אויך צוזאמגעקומען בליל שב"ק, וואו מען האט מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם התאספות לכבוד שבת קודש, מיט ניגוני התעוררות וניגוני שבת קודש, און מיט די ווארעמע דברי חיזוק והדרכה פון רבי יצחק משה שליט"א.



bottom of page