איבערראשונג: האד' מוויזניץ באטייליגט ביי פארטאגס סדר אין ישיבה גדולה ישועות משה וויזניץ
- בחצרות הקודש
- לפני 8 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

אן איבערראשונג האט ארומגעכאפט דעם פול-געפאקטן היכל ביהמ"ד דישיבה גדולה ישועות משה וויזניץ אין בני ברק דעם פארלאפענעם דינסטאג נאכמיטאג ה' כסליו אין טאג פונעם יום הבהיר פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, מיטן ערשיינונג פונעם רבי'ן, וועלכער איז גענצליך אומערווארטעט אנגעקומען אין ישיבה זיך צו פערזענליך באטייליגן ביים פארטאגס סדר פארן דאווענען. עס איז געווען קענטיג א הנאה דקדושה אויפן רבינס געזיכט פון דעם מחזה הוד, ווי אזויפיל בחורים מופלגים זיצן און הארעווען אין די פריע פארטאגס שעהן.
דער רבי שליט"א פערזענליך האט זיך צוגעזעצט מיט עטליכע חברותות און מיטגעלערנט מיט א ריתחא דאורייתא מיט'ן סדר הלימוד, און זיך מפלפל געווען מיט די תלמידים החביבים אין די סוגיות הש"ס וואס מ'לערנט יעצט אין די ישיבה.
די רבי שליט"א האט דערנאך מיטגעדאווענט תפילת שחרית מיט די בחורים אויף א געהויבענעם שטייגער. נאכן דאווענען האט די רבי ווידער איבערראשט די בחורים, ווען ער האט געמאלדן אז אין א בחינה פון תנו כבוד לתורה און ארויסצייגן דעם קורת רוח וועט ער דעם שבת ווידמען ספעציעל פאר די בחורים, פרייטאג צונאכטס און שבת אינדערפרי וועט די רבי אריינקומען צום דאווענען און דער טיש אין גרויסן ביהמ"ד ביי וועלכן די בחורים קאפעליע וועלן זינגען סיי ביי קבלת שבת און ביים טיש. דער מיטאג טיש און אזוי אויך שלש סעודות וועט די רבי פראווענען בין כותלי הישיבה אינאיינעם מיט די בחורים, וועלכע גרייטן זיך שוין די לעצטע טעג בהכנה דרבה צו די געהויבענע מאמענטן בצל הקודש.



