מוצאי שב"ק פ' בהעלותך • ט"ו סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
צהלי ורוני יושבת לעיקוואד כי גדולים בקרבך! מיט אומגעהויערע התרגשות'דיגע ערווארטונג רישן זיך רבבות תושבי עיר התורה והחסידות לעיקוואד דעם זונטאג שלח מקבל פנים צו זיין את פני גדולי ומנהיגי הדור, כבוד מרנן ורבנן ארזי הלבנון, וועלכע לאזן זיך ארויס אויף א היסטארישע "מסע הצלה" אויפצוטרייבן די מעגא-אסטראנאמישע סכומים פאר הצלת עולם התורה, ישיבות וכוללים אין ארץ ישראל.
זכתה לעיקוואד, די לייכט טורעם און צענטער פונקט פונעם תורה אידנטום אין אמעריקע, וואס איז אויסגעקליבן געווארן אלס ראשון הוא, די סאמע ערשטע סטאנציע וואו די גאוני וצדיקי הדור, האבן אויסגעקליבן דארט צו ערשיינען במלוא הודם והדרם, און פון דארט אנהייבן די היסטארישע מסע הצלה וואס איז דאס געשפרעך פון טאג בכל תפוצות ישראל.
ווי שוין באריכטעט לאזן זיך ארויס דעם היינטיגן מוצש"ק בהעלותך פון ארה"ק די משלחת גדולים ואדמורי"ם, מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, המשגיח הגאון הצדיק רבי דן סגל שליט"א, און הגאון המקובל רבי יעקב הלל שליט"א ראש ישיבת המקובלים אהבת שלום, אלס דרינגענדע און קריטישע חובת השעה אינעם יעצטיגן שעת חירום ווען די פרייע ציוניסטישע ממשלה עוקרי הדת האבן זיך ליידער פארמאסטן צו דראסטיש שניידן די שטיצע פאר ישיבות וכוללים, און פון איין מינוט צום צווייטן איז געפאלן דער עול אויף די מנהיגי הישיבות והקהלות צו אויפטרייבן די אסטראנאמישע געלטער, וואס באטרעפט אן אומבאגרייפליכע קיימא לן פון "107 מיליאן דאלאר", וואס פארלאנגט זיך זאפארט צו ערפילן דעם חלל און מוז געשאפן ווערן למען קיום והצלת עולם התורה אין ארץ ישראל.
בראשית דרכם וועט די משלחת מסע הצלה אנקומען אינעם עיר התורה לעיקוואד, וואו עס וועט דעם זונטאג שלח נאכמיטאג אויסגעדרוקט ווערן די העכסטע מאס כבוד התורה, ווען א געשאצטע צענדליגער טויזנטער וועלן זיך פארזאמלען על פני חוצות לעיקוואוד און בקול צהלה ורנה המון חוגג מקבל זיין את פני רבותינו שבארץ ישראל.
דער מעמד אדיר ונשגב "קבלת פני רבותינו", וועט אפגעראכטן ווערן אויף א ריזן פארנעם, בשעה 7:00 נאכמיטאג ביים גיגאנטישן פארקינג לאט פונעם ישיבה קאמפלעקס, די בתי מדרשים בית אהרן און בית שלום, אויף סטענד ענד קליפטאן, וואס וועט ווערן פולקאם אויסגערישט צו אקאמאדירן די רבבות משתתפים.
מה נהדר יהיה המראה, ווען עס וועט אפגעצייכנט ווערן אזא זעלטענע מאניפעסטאציע פון יקרא דאורייתא, ווען טראץ די עסטרעם שווערע ערווארטעטע היצן פון כמעט 100 דעגרי, וועלן די גאסן פארשווארצט ווערן מיט רבבות חולקים כבוד לתורה, און מקבל זיין בשמחה רבה וחדוה עילאה את פני גדולי התורה ומנהיגי העדה, און וועט בלי ספק פארצייכנט ווערן אלס איינע פון די שענסטע און אומפארגליכסטע געשעענישן בקורות יהדות אמעריקע.
נקדמה פניהם בתודה – ותנו כבוד לתורה!
מישהו יודע אויב די גדולים וועלן זיך באווייזן פאר די פאבליק אויך אין ברוקלין?