קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- בחצרות הקודש

- 28 באפר׳
- זמן קריאה 6 דקות
עודכן: 29 באפר׳

דאנערשטאג פרשת שמיני • כ"ו ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש
האדמו"ר מבעלזא שענקט א גאלדענעם בעכער פאר העסקן הרה"ח ר' אהרן יוסף קארניצער הי"ו אייגנטומער פון די טיב המצות בעקעריי, כאות הוקרה פאר זיין ביישטייערונג לטובת די קמחא דפסחא דורך קופת אהבת חסד דחסידי בעלזא.

הגה"צ רבי ישראל חיים הורוויץ מראחוב, אבד"ק סאטמאר מאנטשעסטער ביים אהיימפירן הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן צו זיין אכסניא אין שטאט, נאכן מצות באקן דעם ערב פסח.

האדמו"ר משומרי אמונים ביים ווארפן ניס, כמנהג אבותיו הק' ביים נעילת החג טיש. - בילד קרעדיט: מ. א. נוימאן

אן אינטערסאנטע עפיזאד ביים הכנסת ספר תורה בחצר הקודש ווערדאן אין בארא פארק, ווען האד' מווערדאן האט בשעתן תהלוכה באמערקט אן עלטערע איד א חולה ל"ע וואס איז געקומען מיטהאלטן, די רבי שליט"א האט נישט געטראכט קיין צוויי און צוגעלאפן צו צו דעם איד מיטן ספר תורה.

חלוקת כוס של ברכה ביים נעילת החג אינעם ליבאוויטשער הויפטקווארטיר אויף 770 איסטערן פארקוועי.
הגאון רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע און א תורה'דיגע שמועס מיט ש"ב הגה"צ אבד"ק סטריקוב ובנו האדמו"ר מסטריקוב ירושלים דעם חול המועד פסח.
היסטארישער ״למען תספּר - בקודש פנימה״ פאנעל מיט זכרונות פון די הויז בחורים ביי הרה"ק מסאטמאר זי״ע, אנגעפירט דורך הרה״ח ר׳ משה אלי׳ עסטרייכער הי״ו, מנכ״ל מוסדות סאטמאר קרית יואל, פארגעקומען חול המועד פסח בבית המדרש החדש ׳אור החיים׳ אין וויליאמסבורג, וואס איז געבויעט געווארן דורך הטפסר המרומם הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו.

אייגנארטיגע רעקלאמע דורך די US MOBILE פירמע.

האדמו"ר מזוועהיל ביים טיש בחצר הקודש לויצק לכבוד די הילולא פון הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין זי"ע דעם חול המועד פסח

ביהמ"ד הגדול דשיכון סקווירא ווערט אויפגערייניגט נאך יום טוב פסח.
והגדת לבנך: שיין בילד פון האדמו"ר מסאסוב ביים מצות באקן ארומגענימען מיט זיינע אייניקלעך די זרע ברך ה'.

א ריזן ציבור האט דעם חול המועד איבערגעפילט ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף 52 אין בארא פארק, ביים שיעור פון הרה"ג רבי אברהם חיים האלבערשטאם שליט"א, מגי"ש בביהמ"ד סלאנים, בן האד' מצאנז סטראפקוב, אויף דעם ענין פון שיעורים ומידות התורה.

האד' מבאבוב אין א שמועס מיטן משפיע הרה''צ רבי מאיר איתמר ראזנבוים שליט''א בעל דרך אמונה נאכן מנחם אבל זיין ביי הנגידים למשפחת שארף.
האדמו"ר מסאדיגורא ביים פארקויפן די חמץ און די חמץ אין אלע בניני קהילה והמוסדות, ביים לעגענדארע משב"ק הרב דוד משה סגל.

מרן פוסק הדור הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א ביים מעמד לחיים לרגל די הוצאה לאור פונעם נייעם הגדה של פסח 'מועדים וזמנים' מתורתו פונעם גאון, ערשינען צום יו"ט פסח העעל"ט.

האדמו"ר מפינסק קארלין איז ממשיך די וועכענטליכע חברותא'שאפט מיטן פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א במעונו החדש וואס דער רב שליט"א האט באנייעט אויף יו"ט.
האדמו"ר מדושינסקיא האט קרישקעס באמערקט אויף די ירושלימער גאסן, גייענדיג צו מצות באקן ערב פסח.

די נייע פראכטפולע און קונצליכע ארון הקודש אין ישיבת עטרת שלמה בנשיאות הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א.

האדמו"ר ממודזיץ אין א באגעגעניש דעם חול המועד פסח מיטן בארימטער פוסק הגאון רבי יצחק זילבערשטיין רב שכונת רמת אלחנן, וואו דער רבי מיטן גאון האבן זיך געוואונטשן א גוט מועד.

דעם ערב פסח ברחובות בארא פארק האט קרישקעס באמערקט האד' מסטיטשין אין א דביקות'דיגע מאמענט ביים פארברענען די חמץ.

דער מקובל הגאון רבי נחום כהן, המכונה 'באבא נחום', ביים דורכגיין זיך געזעגענען פון האדמו"ר מסערט וויזניץ, נאכן וויילן איבער יום טוב אין שטאט חיפה בקרב בני משפחתו.

הגה"צ רבי משה קאהן ראש ישיבת תולדות אהרן, באזוכט אין שטוב פון הנגיד ר' שמעון ווארך הי"ו אין מאנטשעסטער, לרגל די התחלת הבני' פונעם נייעם קערעסטירער ביהמ''ד בחצר ביתו אין מאנטשעסטער.
שיין בילד פון האדמו"ר ממיאלען ביים מנהג מים שלנו, ערב יום טוב פסח.

האדמו"ר מלויצק מערקט קרישקעס גייענדיג צום דאווענען כאחד האדם אין די פריע פארטאגס שעהן פון אסרו חג פסח.
האדמו''ר מספינקא מאנסי אין א שמועס מיטן משפיע הרה"צ רבי משה יעקב הורוויץ שליט"א מספינקא, ביים קבר פונעם נעים זמירות ישראל הר"ר מיכאל שניצלער ע"ה אויפן בית עלמין הר שלום אין עירמאנט.

שלוחא דרבנן העסקן הרב מאיר פרוש הי"ו בקודש פנימה ביי האדמו"ר מוויזניץ, דעם חול המועד פסח.

המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב פארקויפט די חמץ ביים שוואגער האדמו"ר מזוטשקא, כמנהגו יעדעס יאהר.

הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א באזוכט אין די בארימטער 'קליינבלאט' בעקעריי אין אנטווערפען, אסרו חג אינדערפרי, צו מפקח זיין אויף די ארבעט אינעם בעקעריי אונטער די שטרענגע השגחה דקהל מחזיקי הדת.

האדמו"ר מפינסק קארלין פארברענגט מיט זיינע שטיף-ברודער, הגה"צ רבי סיני הלברשטאם גאב"ד צאנז שיכון ג' ואחיו האדמו"ר מלייפניק, דעם חול המועד פסח.

ניגוני שבח והודאה ביים חול המועד טיש אין פינסק קארלין, להודות ולהלל שטייענדיג א גאנץ קיילעכיג יאהר נאכן שווערן דורכגאנג אינעם מצב הבריאות ביי האדמו"ר מפינסק קארלין פארלאפענעם יו''ט פסח תשפ"ד, ווען דער רבי איז געוועהן שפיטאליזירט דורכאויס יו"ט שביעי של פסח.
הגה"צ רבי חיים ברוך רובין שליט"א אבד"ק עץ חיים וויזשניצא אין לאס אנדזשעלעס באזוכט אינעם אכסניא פון האדמו"ר מוויזניץ דעם חול המועד פסח.

הגאון רבי משה בראנדסדארפער גאב"ד היכל הוראה אין א שמועס מיט האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים, נאכן איבערגעבן א שיעור בהלכה ואגדה בבית מדרשו.

האדמו"ר מפינסק קארלין אין א באגעגעניש מיט העסקן הרב אפרים שטערן יושב ראש מפעל עונג שבת ויו"ט, ביים מצות באקן דעם ערב יום טוב.

האדמו"ר מצאנז קלויזנבורג ביי הבדלה מוצאי יום טוב פסח אויף ביר, כנהוג.

ביים לוויה פונעם ספרדישן גאון ר' מאיר מאזוז זצ"ל האט קרישקעס באמערקט דער פאטאגראפירער ר' שוקי לרר ביי די עבודת הקודש.

לעצטע בילד פון הגאון רבי מאיר מאזוז זצ"ל ראש ישיבת כסא רחמים, על מיטת חוליו אין שפיטאל, ביים בענטשן אן אייניקל.

המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב האט קרישקעס באמערקט אויף די בני ברק'ער גאסן דעם חול המועד פסח.

האחים האדמו"ר מליסקא און אבד"ק היבנוב אויף א באזוך דעם חול המועד ביי שאר בשרם הגה"צ אבד"ק גראסווארדיין סטעטן איילענד שליט"א, נין ונכד לצדיקי בית ליסקא.
דער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א באזוכט ביי האדמור"ים מגור און בעלזא, חול המועד פסח.


ביים כותל המערבי האט קרישקעס באמערקט הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם רב דחסידי צאנז אין אמעריקא, צווישן די רבבות אידן וואס האבן עולה רגל געוועהן צום שריד בית מקדשינו דורכאויס חול המועד.

הגה"צ רבי סענדר אשכנזי אבד"ק קאריץ ביים חול המועד האלטן אין די חב"ד הויפטקווארטיר 770 איסטערן פארקוועי אין קראון הייטס.

די בחורים קאפעליע בחצר הקודש בעלזא, ביים מהנה זיין מגרונם אינעם חול ההמועד מנין פון האדמו"ר מבעלזא אינעם גרויסן היכל.
שמחת החג במחיצתו פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין ברסלובער ביהמ"ד נועם השם אין ירושלים.
הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א איז מבקר חולה ביים לעגענדארן ברסלובער עסקן ר' דוקי גרינוואלד הי"ו לרפו"ש, דעם חול המועד פארנט פון זיין שטוב אין ירושלים.

הגה"צ אבד"ק זאלישטשיק שליט"א ביים חול המועד האלטן מיט די אייניקלעך, אויף די בארא פארקער גאסן.

שמחת יום טוב, נאכן דאווענען איינע פון די ימי המועד ביים בארימטער ברסלובער משפיע הרב שלום ארוש שליט"א.
שכן טוב: הגאון רבי מיכל זילבער ראש ישיבת זוועהיל באזוכט דעם חול המועד, במעונו פון הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר.

הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א ביים פארקויפן די חמץ פון בני קהילתו, ביים שווער האדמו"ר מסערדאהעלי.

די רבנים הראשיים הגאון רבי דוד יוסף און הגאון רבי קלמן בער בסוד שיח, אויפן טעראסטע ביים כותל המערבי, איידער די מעמד ברכת כהנים אום חול מועד פסח.

ובלכתך בדרך: האדמו"ר מקוזמיר איז עוסק בתורה גייענדיג אין ביהמ"ד דעם חול המועד פסח.

בשלטון הכופרים אין אנו מאמינים, ובלשכותיהם אין אנו מתייצבים: פוסק הדור הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א ארומגענימען מיט תלמידים, חול המועד פסח.
האדמו"ר מסאדיגורא ביי ספירה ציילן אין ביהמ"ד טשארטקוב אין אנטווערפען, וואו דער רבי איז געוועהן צוגאסט אויף יום טוב.
מרן ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ביי שריפת חמץ דעם ערב יום טוב פסח, פארנט פון מעון תורתו אין בני ברק.
האדמו"ר מסקולען ביי א חול המועד טיש ביים פעטער האדמו"ר מסקולען לעיקוואד.
הגה"צ רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר ביים פארקויפן די חמץ פון די טויזנטער תשובי העיר ביתר, אינעם לשכת בד"ץ וואו עס האבן זיך איינגעזאמלט אלע רבני ודייני העיר.

הגאון רבי דניאל חיים אלתר ראש ישיבת קטנה פני מנחם טרעט אויף מיט א דרשת ההכנה לחג הפסח אינעם ביהמ"ד המרכזי דחסידי בעלזא אין ירושלים, מערקט די ברודער הרב שלום און הרב אברם שמואל צבי רוקח נכדי האדמו"ר מבעלזא.
האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן אויף א באזוך אין שטוב פונעם פעטער הנגיד החסיד ר' אליש ענגלענדער הי"ו לכבוד חול המועד.

הגה"צ רבי שמעלקא כהנא אבד"ק פשעצלאוו בן האד' מספינקא אנטווערפען אויף א באזוך דעם חול המועד ביי ש"ב הגה"צ רבי איציקיל רייך אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג.

הגה"צ רבי יואל הלברשטאם רב שכונת דברי חיים אין קרית יואל ומנהל הכנסת אורחים 'בוני צאנז' ביים מקבל פנים זיין האד' מבאבוב-45 אנקומענדיג צום יארצייט קיין צאנז.

דער אויפגייענדיגע שטערן בעולם הבדחנות ר' יוסף משה שמערלער הי"ו פון לאנדאן מערקט 'קרישקעס' ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האדמו"ר מסקולען ירושלים נאכן טיש איינע פון די המועד.

הכנות אין דינוב פולין וואו האדמו''ר מוויזניץ קייאמישע וועט זיין צוגאסט אויף שבת אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה גדולה.
הרב שמואל רבינוביץ רב הכותל המערבי באגלייט הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א ביים כותל המערבי די וואך.

צווישן די טויזנטער אידן ביים יארצייט אין צאנז, האט 'קרישקעס' אויפגעמערקט הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו ביים פארלאזן דעם ציון, דורכן... פענסטער אינעם אהל.
חסידי ספינקא האבן זיך געוואונטשן א דאפלטן מזל טוב צום שידוך שליסן פון די צוויי נאמני הבית ביי האדמו"ר מספינקא, נכדו חביבו החתן הערשי ווייס, און החתן כמר יעקב יוסף ווייס י"ו בן האדמו"ר מספינקא רמת אהר, א פלאמעניק פונעם רבי'ן.

א ברכת מזל טוב פאר החתן שמעון פערלמוטער הי"ו משב"ק האדמו"ר מקאסאן לרגל זיין שידוך שליסן בשעה טובה ומוצלחת.








תגובות