top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער תשובי בארא פארק מיטגעהאלטן שבת מרומם בצל הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב

מיטוואך פ' כי תצא • ח' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער - JDN

 

די געשפרעך פונעם טאג אין בארא פארק איז נאך אלס, איבער די גאר געהויבענער שבת וואס איז אנגעפירט געווארן דורכ'ן ממלל רברבן הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב וועלכער איז געקומען צו פארן משפיע צו זיין מהודו ומיזיוו אויף די גאנצע שטאט.


די קלימאקס פונעם שבת איז געווען, ביי שלש סעודות וואס דער משפיע האט אפגעראכטן, אין די גרויסע זאלן פון 'עמינענס' וואו עס האבן זיך באטייליגט שווערע הונדערטער אידן בליעה"ר, עד אפס מקום שוין נאכן צילייגען מערערע זיץ פלעצער. דער חשובער משפיע שליט"א האט מאריך געווען בדברי תורה מתובל בשירות ותשבחות פאר לענגערע שעות. עס איז שוין עטליכע שעה נאכן זמן מוצש"ק, און מען האט געזעהן ווי הונדערטער אידן קענען זיך נישט געזעגענען פונעם געהויבענעם שבת קודש מיטן גרויסן גאסט.


א קורצע צייט נאכן זמן רבינו תם האט דער משפיע אנגעהויבן זיינע פייערדיגע דיבורים אין אריינגעגאסן עמער'ס פון התחזקות פארן עולם הצמאים לשמוע את דבר ה' און האט מאריך געווען פאר לאנגע שעה'ן, ווען אינמיטן האט מען געזונגען פארשידענע ניגוני קודש כדרכו בקודש איז דאס געווען מלובש מלא חיזוק והתרוממות הנפש.
















Comentários


bottom of page