top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת התנאים בחצרות תולדות אהרן - קרעטשניף - קאסוב וויז'ניץ

דאנערשטאג פ' שמיני • כ"ה אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איציק ו.


דעם מיטוואך איז אין עיה"ק ירושלים פארגעקומען די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון החתן א אייניקל ביי כ”ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א זון ביי זיין זון הגה"צ ר' איתמר ראזענבוים שליט"א אב"ד קרעטשניף בני ברק איידעם ביי כ”ק אדמו"ר מקאסוב וויז'ניץ שליט"א, מיט די כלה א אייניקל ביי כ”ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א א טאכטער ביי בנו בכורו הגה”צ רבי ישראל יוסף קאהן ראש הכוללים באר יוסף איידעם ביי הרה"ח ר' נתן נטע פערל ראש כולל שער השמים טבריה, די שמחה איז פארגעקומען אינעם עזרת נשים פון ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים אין שפיץ פון די חשובע זיידע'ס האדמור"ים שליט"א.
















Comments


bottom of page