top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי סקווירא אוולעלטליך פיבערן מיט רייזע פּּלענער לרגל היסטארישער מעמד "הכנסת ספר תורה"

מוצאי שבת פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

וואס א טאג נענטער, אלס מער ווערן פארשטאַרקערט די ברענענדיגע הכנות צווישן עדת חסידי סקווירא, וואָָס גרייטן זיך מיט אן התלהבות דקדושה צום גרויסן היסטאָָרישער מעמד "הכנסת ספר תורה" וואָָס איז געשריבן געוואָָרן דורך דעם עדת החסידים פון אַַלע מקומות, על פי בקשתו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, א מעמד וואָָס אַַנטשפּרעכט צונויפצוברענגען טויזנטער טויזנטער חסידים זקנים עם נערים פון נאָָנט און ווייט. ווי שוין באַַריכטעט מיט א צייט צוריק, איז דער מעמד באַַשטימט אויף קומענדיגן פּרשת תרומה הבעל"ט, אויף גלייך נאָָך די ימי השמחה נאָָך די שמחת נישואין פון אַַן אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ווען אין די טעג דערנאָָך דינסטאָָג און מיטוואָָך פּרשת תרומה הבעל"ט וועלן אָָפּגעראָָכטן ווערן די געהויבענע מעמדים, דער מעמד "כתיבת האותיות" דינסטאָָג נאַַכט, און דער גרויסער מעמד "הכנסת ספר תורה" מיטוואָָך נאָָכמיטאָָג, אַַלעס בהיכל ביהמ"ד הגדול והחדש וואָָס ווערט אין די טעג ווייטער פאַַרענדיגט לשם ולתפארת.


גרייטנדיג זיך צו אַַזאַַ היסטאָָרישער מעמד, איז ערוואַַרטעט א וועלטס-צוזאַַמפאָָר פון טויזנטער טויזנטער חסידים פון אַַלע עקן וועלט, און יונג און אַַלט פון אַַלע מקומות אין אויסלאַַנד, שטעלן שוין אויס זייערע רייזע פּלענער, צו קענען קומען משפּחה ומשפחה, טאַַטעס, מאַַמעס, בחורים און קינדער, זייענדיג א מעמד וואָָס קיינער וויל נישט פאַַרפאַַסן, און יעדער וויל האָָבן א חלק דערין, ובפרט נאָָך ווען רובם ככולם פון חסידי סקווירא זענען פּערזענליכע שותפים אין די ספר תורה, נאָָכ'ן זיך אונטערנעמען קבלות טובות צו זיין וואָָס מער אָָפּגעשיידט פון די טעכנעלאָָגישע כלים אין ראם פון די מבצע קדשינו. מטעם בית כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז געמאלדן געווארן די פרייליכע נייעס פאר חסידי סקווירא תושבי ארץ הקודש אז דעם רבינס שטוב וועט צושטייער געבן פאר די הוצואת הדרך פון די חסידים צו קענען זיך משתתף זיין ביי די חגיגה.


גאַַנצע מחנות פון עסקנים אַַרבעטן מיט געטריישאַַפט מסדר צו זיין די אלע טעכנישע און לאגיסטישע פּרטים מיט וואָָס אַַזאַַ היסטאָָרישער מעמד איז פאַַרבינדן, ובפרט אַַצינד צו טרעפן און צוצושטעלן די פּאַַסיגע אכסניות פאר די טויזנטער געסט וואָָס זענען ערוואַַרטעט פון אַַלע מקומות, איש איש על מחניהו ודגלו. די וואך איז געלאזט געווארן אין גאנג א 'הכנסת אורחים הרשמה דרייוו' אין שיכון סקווירא צו מזכה זיין די תושבי השכון אריינצונעמען געסט צו קענען פלאצירן די טויזענטער געסט.


דאָָס זעלבע אויסצואַַרבעטן די ווייטערדיגע פּרטים פון די מעמדים זעלבסט, וואָָס יעדעס איינע פאר זיך וועט זיין א מעמד בפני עצמו מלא רגש דקדושה אויף וואָָס יעדער קוקט אַַרויס מיט אַַזאַַ שטאַַרקן התרגשות.



תגובות


bottom of page