top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייערליכע מעמד קבלת פנים עפענט ביקור מרומם פון האד' מוויזניץ אין עיר התורה והחסידות לעיקוואד

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 4 בדצמ׳ 2024
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 9 בדצמ׳ 2024

מיטוואך פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעידט: יהושע פרוכטר


א שטראם פון שמחה וחדוה עצומה האט נעכטן ארומגענימען חסידי וויזניץ און תושבי לעיקוואד ווען מען האט געהאט די זכיה מקבל צו זיין פני מלכם, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע איז אנגעקומען אויף אן ערשטמאליגער ביקור חיזוק אין שטאט משפיע צו זיין מהודו וזיו הדרו אויף די תושבי העיר בכלל און חסידי וויזניץ בפרט.


אום דינסטאג פארטאגס האט די פליגער פון רבי'ן שליט"א געלאנדעט על אדמת אמעריקא ווי עס האבן אינעם לופטפעלד אפגעווארט דעם רבי'ן שליט"א, בנו יחידו הרה"צ רבי חיים מאיר האגער און די ראשי ועסקני הקהילה, דער רבי שליט"א איז אריינגעפארן קיין לעיקוואד צום אכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' זכרי' ראטענבערג ראש הקהל ק"ק וויזניץ אין לעיקוואד וועמענס דירה וועט אין די קומעדיגע צוויי וואכן פארוואנדלט ווערן אין א בית ועד לחכמים ואכסניא של תורה, פארנט פונעם אכסניא האבן אפגעווארט הונדערטער חסידים זקנים עם נערים, תלמידי הישיבות הקדושות און די ילדי החמד וועלכע האבן ספאנטאן אויסגעבראכן אין הילכיגע התרגשות'דיגע געזאנגען פון שלום עליכם זייענדיג מקבל מיט גרויס התרגשות דעם רועה נאמן לעדתו בבואו לחון את פני העיר, תפילת שחרית האט די רבי געדאוונט בבית האכסניא.


אין די נאכמיטאג שעה'ן איז די רבי שליט"א אנגעקומען אויף ביקורי נימוסין בבתי אדמור"י ורבני העיר, צום ערשט האט די רבי באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א ווי ביים מען האט געשמועסט איבער די קשרי ידידות פון צדיקי בית וויזניץ און סקולען, פון דארט איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד שליט"א ווי עס איז פארמירט געווארן א שיינעם שמועס איבער זקינו הרה"ק מסקווירא זי"ע, און די וויזניצער רבי האט ארויפגעברענגט זכרונות מימי קדם אין די צייטן וואס ער האט געלערנט אין שיכון סקווירא אלס בחור.


דערנאך האט די רבי באזוכט ביי הגה''צ ר' אברהם שפיטצער שליט''א דומ''ץ סקווירא ווי מען האט אויך ארומגעשמיסט איבער די קשר אמיץ פון צדיקי בית וויזניץ און סקווירא, און דערנאך ביי הגה"צ רבי מרדכי בצלאל קליין דומ"ץ סאטמאר ווי מען האט ארומגעשמועסט איבער די שידוך שליסן פונעם רבינ'ס אייניקל החתן חיים ראזענבוים, ווי די סאטמארער דיין איז א פעטער מצד הכלה.


דאן איז די רבי ערשינען אין ביהמ"ד הגדול סקווירא צום מעמד קבלת פנים רבתי, מיט די השתתפות פונעם גאנצן ציבור אינאיינעם, ובנערינו ובזקנינו כי חג ה' לנו, חסידים ומעריצים און פילע תושבי העיר וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם מאורע נשגבה ורוממה.


די קאפעליע האבן ווארעם מקבל געווען פני הקודש מיט פאסיגע פרייליכע ניגונים, צוערשט האט מען געהערט דעם דבר קבלת פנים דורך דער יושב ראש הנגיד החסיד הרב שלמה חיימאוויטש מחשובי פני העדה וועלכע האט בשם כל הקהל הקודש באגריסט דעם גרויסן גאסט און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע חיזוק וואס דעם רבי'נס באזוך ברענגט פאר'ן גאנצן ציבור, ובפרט לחיזוק וביסוס עמודי הקהלה והמוסדות.


ער האט דערביי אויפגערופן די מרא דאתרא די סקווירא דיין הגה"צ רבי אברהם שפיטצער וועלכע האט מעלה געווען דער טיפער קשר מאז ומקדם צווישן די וויזניצער רבי מיט בית סקווירא, און די געוואלדיגע יום שמחה פאר חסידי סקווירא אפצורעכטן א קבלת פנים לכבודו פונעם אורח הדגול, וואס ווערט אריינגעפלאכטן אינעם יום שמחה פון ג' כסליו וואס איז אין סקווירא א יומי דפגרא און מען זאגט נישט קיין תחנון.


מיט גרויס יראת הכבוד און צמאון לדבר ה' האט זיך דער ציבור זיך צוגעהערט צו די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט גערעדט פון גרויס התרגשות, ארויסברענגענדיג זיינע הרגשים צו קענען צוזעהן מקירוב מקום אזא הייליגע אימפעריע וואס די עיר התורה לעיקוואד שטעלט מיט זיך פאר כהיום, אזוי הערליך צעוואקסן און צעבליהט לשם ולתפארת, און משמיע געווען דברי תורה מעניני הפרשה און כהכנה דרבה צום יום טוב חנוכה, און מסיים געווען מיט ברכות קדשו לרוב לכל הנאספים.


צום שלוס איז די גאנצע ציבור דורך כבני מרון אל מול פני הקודש און אפגעגעבן ברכת שלום ולעומתו ברוך יאמרו, האט דער רבי שליט"א צוריקגעוואונטשן בצהלת פניו.



ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page