top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע מעמדי "הכנסת ספר תורה" דורך האד' מסקווירא בשותפות מיט אלפי חסידי סקווירא | חלק ב'

  • Bechatzros admin
  • 4 במרץ
  • זמן קריאה 5 דקות

עודכן: 5 במרץ

דינסטאג פ' תצוה • ד' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: JDN


עליונים ששו ותחתונים עלזו, אשרי עין ראתה בשמחת קהלה קדושה סקווירא, רבבות חסידים מכל פינות העולם אנשים נשים וטף וואס האבן זוכה געווען מיטצולעבן בסילודי הוד די יום טוב'דיגע טעג פון שמחת התורה ביום חגיהם די לאנג ערווארטעטע היסטארישע חגיגה "הכנסת ספר תורה" וואס איז אריינגעגעבן געווארן בשותפות דורך כל קהלא קדישא הדין ומלכם בראשם דער רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.


די היסטארישקייט פון די חגיגה שפירט זיך פון יעדן אספעקט, ובפרט מיט'ן ערשטמאליגן געשעעניש בתולדות ימי סקווירא, ווען עס קומען זיך צונויף יחד שבטי ישראל אלע חסידים למקטן ועד גדול און טוען מיטלעבן א קייט פון ימים הנעלים אין א בחינה פון "יום טוב שחל בחול", לשמוח בשמחת התורה און מיטלעבן די הייליגע מעמדים ארום די ימי החגיגה.


מיטוואך תרומה כ"ח שבט לסדר "ושכנתי בתוכם" איז אנגעקומען דער לאנג ערווארטעטער טאג, זה היום קיונו אויף וואס חסידי סקווירא קוקן שוין אזוי לאנג ארויס, זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו.


בערך צוויי אזייגער האט מען זוכה געווען צום מלך ביפיו תחזינה עינינו, ווען דער רבי איז ערשינען במלוא הדרו צו די היסטארישע מאמענט בקורות ותולדות חצר הקודש סקווירא, אריינצופירן די נייע הייליגע בשותפות'דיגע ספר תורה להיכל ה' באגלייט דורך כל קהלא קדישא עדת צאן מרעיתו מכל פינות העולם.


בראשית דרכו איז דער רבי אנגעקומען צו פארן צום עטרת טשארנא פארקינג לאט, וואו עס האבן אפגעווארט די טויזנטער בחורי סקווירא, אויסגעשטעלט לויט א ספעציעלן סדר פון אלע ישיבות הקטנים עם הגדולים, מיט שמחה און עקסטאז האבן די בחורים מקבל פנים געווען דעם רבי'ן לקול תרועת הזמר פון די בעלי מנגנים און כלי שיר וואס האט זיך געהערט ביז ווייט אוועק, וכל עצי סקווירא ימחאו כף.


ביים אנקומען צום ארט האט דארט אפגעווארט די אלטע נאסטאלגישע "חופה" מיט וואס הרה"ק מסקווירא זי"ע האט זיך באנוצט ביים אריינגעבן א ספר תורה מיט גענוי 60 יאר צוריק, בשנת תשכ"ה. דאס זעלבע איז אויך געווען שפעטער ביים אנקומען אין ביהמ"ד, האט אט די חופה אפגעווארט.


בכבוד מלכים, מאן מלכי רבנן, איז דער רבי געשטאנען אויף די מלכות'דיגע הכנסת ספר תורה קארעטע וואס איז געווארן ספעציעל אהערגעשטעלט און דעקארירט מיט פרעכטיגע גינוני מלכות לכבוד די חגיגה, בנדבת לבם פון משפחת לונגער, מחשובי חסידי סקווירא, און אייגנטומער פון די "מאנסי טרעילס" פירמע.


דער ציבור הרבבות אנשים נשים וטף זענען געווען מוסטערהאפטיג אויסגע'שורה'ט לענגאויס די רחובות קרי', אויף א פארנעם אז יעדער איינער קען מיטהאלטן און לעבט מיט די עילאה'דיגע מאמענט ווען דער רבי שליט"א פארט אריבער וספר תורה בידו. די מחזה הוד פון צענדליגער טויזנטער אידן שמחים בשמחת התורה האט געשאפן אן אומגלויבליכע סצענע וואס איז געווארן ביי יעדן איינגעקריצט אין די ביינער לזכרון עולם.


דער רבי איז געשטאנען אויף די קארעטע אויף א ספעציעלע הויכע ארט, אז יעדער זאל קענען זען, און ארום דעם רבי'ן זענען געשטאנען די קינדער און איידעמער און די משמשים בקודש. דער רבי איז געשטאנען מיט די ספר תורה אין האנט און אראפגעלייגט א הייליגע עבודה פון שמחת התורה בכל עוז ותעצומות, אשרי עין ראתה זאת.


די מאטארקאדע איז געפארן אין א ספעציעלע שטאטע גאלאפ, צו געבן די געלעגנהייט פאר די חסידים לענגאויס די גאנצע לאנג-שטרעקיגע תהלוכה צו כאפן לעכטיגע בליקן אויפ'ן רבי'ן און זיך מיטפרייען בחדוותא דאורייתא.


אינמיטן וועג האט זיך די תהלוכה אפגעשטעלט און הרב שרגא עזרא טויבנפעלד מגדולי עסקני "קדשינו" האט אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה פאר אלע טויזנטער תשב"ר וואס זענען געשטאנען אויסגע'שורה'ט ביי די רעיגען גאס קארנער אסטראה.


דאן האט די התלוכה ממשיך געווען ביז'ן ביהמ"ד הגדול. עס איז דאן געווען א האלבע שעה הפסקה ליתן ריוח בין שמחה לשמחה, אז דער ציבור הרבבות זאל זיך קענען פלאצירט אינעם בנין האדיר והחדש, וואס איז געווארן איבערגעשטאפט עד אפס מקום די הויכשטאקיגע פארענטשעס אויף אלע פיר זייטן, מיט די אלע גאלעריען און היכלים ארום און ארום.


ארום 3:45 זענען דעם רבי'נס קינדער ערשינען אויף די פלאטפארמע אין צענטער פון ביהמ"ד. הרה"צ רבי אהרן מענדל האט געהאלטן די היסטארישע הייליגע ספר תורה פונעם בעל שם טוב הק', און אזוי ווייטער האבן די אנדערע קינדער געהאלטן די היסטארישע ירושה ספרי תורה, פון רבי אהרן טשערנאבלער, רבי איציקל סקווערער, רבי יוחנן ראחמיסטריווקער, א ספר תורה פונעם סקווערער רבי'ן ז"ל, און נאך עטליכע אלטע ספרי תורה וואס ליגט שוין מערערע יארן אין ביהמ"ד הגדול זענען ארויסגעברענגט געווארן, כנהוג.


אינעם סאמע הויכפונקט פונעם יום הגדול והקדוש זענען אלעמענ'ס אויגן און הערצער געווען געוואנדן אל מול פני המזרח ווען דער רועה נאמן דער רבי שליט"א איז מופיע בהדרו צו די ריקודין קדישין, ווען אויפ'ן פלאץ לאזט זיך דער רבי שליט"א ארויס אין קאכעדיגע טענץ בעוז ותעצומות, זייענדיג מפזז ומכרכר מיט די נייע ספר תורה, וינועו אמות הסיפים, ואשרי עין ראתה בשמחת קהל קדושים ברבבותי' רוגשים מיט אזא אומבאשרייבליכע התלהבות של שמחה.


נאכ'ן מעריך זיין די הייליגע טענץ פאר א לענגערע וויילע, האט זיך דער רבי אוועקגעזעצט, און זיך גענומען קלאטשן מיט אן אויסערגעווענליכע פלאם און ברען, בשעת דער ציבור נעמט נישט אראפ א בליק פון פני קדשו וואס איז כל כולו דביקות בשמחת התורה בנהירו עילאה. בשעת מעשה האבן דעם רבי'נס קינדער איבערגענומען די נייע ספר תורה און אפגעראכטן די געהויבענע טענץ. ווי אויך האט מען מכבד די חשוב'ע געסט פון ארץ  ישראל, די דריי קינדער פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, און האדמורי"ם מלויעוו טשערנאביל פארשעי און בערגסאז.


דערנאך האבן הרה"צ ר' אהרן מענדל און הרה"צ ר' בערל רוקח צוגעברענגט צום רבי'ן דעם "בעל שם ספר", מ'האט עס צוערשט אראפגעלייגט אויף די בימה, אויף א ספעציעלע פראקטישע האלטער, און דערביי האט עס דער רבי אנגעכאפט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד.


דערנאך האבן דעם רבי'נס זיבן קינדער און איידעמער געמאכט א רינג ארום די בימה, ארומטאנצנדיג מיט די נייע תורה און מיט'ן בעל שם'ס ספר, בשעת דער רבי איז מעודד די ריקודין מיט א צהלת פנים ושמחה עצומה, ווען אינמיטן האט זיך דער רבי זעלבסט אויפגעשטעלט פון פלאץ און זיך מצרף געווען צום רינג מיט די זיבן קינדער פרי עץ חיים, ערוועקנדיג אומבאשרייבליכע רגשי קודש פון שמחה ביים גאנצן ציבור וואס הייבט זיך אין די לופטן מיט עקסטאזליכע טענץ.


דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א אוועקגעזעצט און ממשיך געווען צו קלאטשן און מעודד זיין די ריקודין. מ'האט אראפגעלייגט די נייע ספר תורה אויף די בימה, און מ'האט אויפגעמישט צו פרשת השבוע. פון איין זייט האט געמישט דעם רבי'נס זון הרה"צ ר' יצחק, און פון די אנדערע זייט דער משב"ק הרב דוד בערגער.


דער רבי האט דאן געמאכט א ברכת "שהחיינו" מיט א קול מלא דביקות וחנוק מדמעות, און מיט א קול רם, זייענדיג דערמיט מוציא דעם גאנצן עולם שותפים אין די נייע תורה. דערנאך איז פארגעקומען א פרישע לעבעדיגע טאנץ, און דאן האט דער רבי פארגעזאגט עטליכע מזמורי תהילים, וואס בנוסף צו די קאפיטלעך לדוד מזמור און מזמור לדוד, האט מען כנהוג אין סקווירא צוגעלייגט עטליכע קאפיטלעך, קאפיטל ל', ס"ז, צ"א און ק'.


דעם רבי'נס זון הרה"צ ר' יעקב יוסף האט געמאכט הגבה, און הרה"צ ר' חיים מאיר גלילה. דאן האט דער רבי איבערגענומען דעם ספר און עס אריינגעלייגט להיכל ה', בשעת דער ציבור זינגט ניגוני שמחה בשמחת התורה. 

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page