top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייערליכע מעמד ההדלקה בחצר הקודש באבוב-45 פארגעקומען אויפן שטח פון נייעם ביהמ"ד הגדול

  • Bechatzros admin
  • 19 במאי
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' בה"ב • כ''א אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום

מה נהדר היה המראה ווען אלפי חסידי באבוב-45 זקנים, בעלי בתים, אברכים, בחורי חמד, און ילדי תשב''ר האבן פארשווארצט דעם גיגאנטישן שטח הענקי פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול והחדש באבוב-45 אין בארא פארק, וואו עס איז אויך היי יאהר אפגעהאלטן געווארן די מעמד הדלקה רבתי בליל ל"ג בעומר מיט גרויס התעוררות בתופים ובמחולות דורך כ''ק אדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א.


בעפאר די מעמד האבן די חסידים געהאט די געלעגנהייט אריבערצוגיין און צוגיסן אויל ביים מדורה און אום א פערטל נאך ניין איז די רבי שליט"א ערשינען אויפן שטח ווי מ'האט תיכף אנגעהויבן מעריב און נאכ'ן ספירה ציילן האט זיך אנגעהויבן די מעמד הדלקה.


די התעוררות האט מען געקענט טאפן און די לופטן ווען די גאנצע עולם האט צוזאמען געזינגען די ווארעמהארציגע ניגוני התעוררות אנגעפירט דורך מקהלת ציון. דאן האט די רבי משמיע געווען פייערדיגע דברת קודש בגודל קדושת היום במשנתו פון התנא האלוקי רבי שמעון בן יוחאי, ווי די רבי שליט"א האט בתוך דבריו ארויסגעברענגט רגשי שבח והודאה אויף די גרויסע תיקונים און התעוררות אינעם עזרת נשים נאך די גרויסע אסיפה בעניני צניעות וואו די נשים צדקניות האבן זיך מקבל געוועהן פעסטע קבלות טובות, אויך האט די רבי דערמאנט די מגבית 'פתיחת שערים' לטובת השלמת בנין ביהמ"ד הגדול והחדש וואס איז געקרוינט געווארן מיט גרויס הצלחה.


מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני הכנה והתעוררות, און בשעתן זינגען האט די רבי ווידער משמיע געווען דברות קודש ארומרעדנדיג איבער די גזירת החינוך וואס איז ב"ה בטל געווארן, אבער מ'דארף נאך דאווענען און בעטן עס זאל טאקע בלייבן ביי דעם, און אינזינען האבן אידישע קינדער אין מדינות וואס זענען נאך אנגעוואנדן אויף א ישועה אין דעם ענין, כי לא תשכח מפי זרעו.


בשעת'ן זינגען ניגוני התעוררות איז די רבי צוגעגאנגען צו די מדורה און געגאסן פילע קריגלעך שמן, מיט די נעמען פון פילע חשובע נדיבים בעם וואס האבן בייגעשטייערט גרויסע סכומים להוצאות המעמד. דאן האט די רבי מכבד געווען גיסו הגה''צ אבד''ק באבוב 45 שליט''א צו גיסן שמן, און די רבי האט אנגעצינדן די הדלקה לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי וינועו אמות הסיפים. נאכ'ן אנצינדן דער מדורה איז די רבי געשטאנען ביים פייער עטליכע מינוט בשעת'ן מעודד זיין די רקודין בשלהבת אש קודש ווען דער גאנצער ציבור טאנצט אין די לופטן מיט א געוואלדיגן התעוררות. דאן איז די רבי צוריקגעגאנגען למקומו אין די ציבור האט ווייטער געטאנצן זינגענדיג די ניגוני ל''ג בעומר, עס איז שוין געוועהן שפעט באנאכט ווען דער ציבור האט פארלאזט דעם שטח הענקי מיטנעמענדיג הויפענעס פון השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות נאך אזא געהויבענע און הייליגע מעמד מבואו ועד צאתו.



















































Comments


bottom of page