שטאט לעיקוואד האלט מיט געהויבענעם באזוך דורך כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א
- Bechatzros admin
- 27 בפבר׳
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' תרומה • כ"ט שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
הונדעטער אידן תושבי לעיקוואד פון אלע שיכטן און קרייזן האבן מיטגעהאלטן א געהויבענעם שבת, בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, וועלכער האט געפּראוועט א שבת אין שטאט נאך א צייט-אפָשניט פון גאנצע פופצן יאר זינט'ן וויילן דאס לעצטע מאל א שבת אין לעיקוואוד.
דער געהויבענער באזוך איז אונטערגענומען געווארן מיט'ן ציל צו שאפן פרישע סכומים אדירים לטובת דעם קרן הבנין אויפצובויען דאס נייע הערליכע בית המדרש דחסידי טשערנאביל, וואס ווערט געבויעט לשם ולתפארת אין שטאט בארא פּארק.
מיטן רבי'ן זענען מיטגעקומען פילע חסידים וואס האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט מיטצורייזן און זענען פּלאַצירט געווארן בכבוד הראוי אין מערערע אכסניות אין שטאט. די אכסניא פון רבי'ן שליט"א איז געווען אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' אביש בראדט הי"ו.
דורכאויס דער וואך איז דער רבי ארויף לבתי נגידים ושועים, וועלכע האבן זיך אָנגערופן מיט ווארעמע סכומים, פארן נייעם בית המדרש. אויך האט דער רבי באזוכט אין די שטובער פון די רבני העיר, הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת בית מדרש גבוה, מחותנו כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואוד שליט"א, און צום רבינ'ס אכסניא איז געקומען אויף א באזוך ש"ב כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לעיקוואוד שליט"א.
דאנערשטאג נאכט איז פארגעקומען די צענטראלע מסיבת קבלת פנים אין צענטראלן ביהמ"ד דחסידי בעלזא – בית נפתלי, וואו דער דיין הקהילה הרה"ג ר' פנחס ווינד שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט פּאסיגע דיבורים, און מקבל פנים געווען דעם חשובן גאסט, וועלכער איז אן אייניקל פון די הייליגע צדיקים לבית בעלזא זי"ע. דערנאך האט דער רבי שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברות קודש, דערמאנענדיג די יומא דהילולא קדישא פון זקינו הרה"ק דער מיטעלער בעלזער רב הרה"ק רבי יהושע'לע זי"ע, שטייענדיג בליל הילולא קדישא כ"ג שבט. דערנאך זענען הונדערטער תושבי העיר אריבער שלום נעמען און וואונטשן לחיים.
פרייטאג אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד ישועת יעקב – שאטו פּארק, וואו עס איז נאכ'ן דאווענען אפּגעראכטן געווארן אַ באזונדערער מעמד קבלת פנים און מסיבת לחיים דורך די מתפללי בית המדרש ותושבי השכונה.
שבת האט דער רבי אפּגעראכטן די תפילות און טישן אינעם היכל ביהמ"ד הגדול נועם אליעזר סקולען. כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א פון לעיקוואוד, זייענדיג אויסער דער שטאט, האט אין אן אויסנאמליכן שריט געהייסן ארויסגעבן דאס ביהמ"ד פאר'ן חשוב'ן גאסט דער טשערנאבילער רבי שליט"א. עס האט זיך אָנגעזען אַ מאסיווער שטראם פון הונדדערטער תושבי העיר דורכאויס אלע תפילות און טישן, אידן וואס זענען געקומען צו גיין פון ווייטע שטרעקעס פון אלע געגנטער אין לעיקוואוד והגלילות מיטצוהאלטן די געהויבענע מחזה. דער טיש ליל שבת קודש האט זיך פארצויגן פאר לענגערע שעות, ווען דאס גאנצע ביהמ"ד איז איבערגעפולט עד אפס מקום און מאסן חסידים שטופּן זיך צונויף אויף די הויכשטאקיגע פּאַרענטשעס פון אלע זייטן. שבת אינדערפרי האט דער רבי אפגעראכטן שולחנו הטהור אינאיינעם מיט די פילע געסט. שלש סעודות איז ווידער געפּראוועט געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט, נאכגעפאלגט מיט הבדלה ברוב עם.

























תגובות