top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גלה כבוד מישראל: הגה"צ רבי יצחק אריה לייבוש היילפרין זצ"ל גאב"ד ראדאמישלא נפטר געווארן בפתע פתאום

  • sfbechatzros
  • 21 באוק׳
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' נח • כ"ט תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

ברוך דיין האמת, גלה כבוד מישראל: מיט גרויס צער און פארווייטאגטע געפילן איז אויפגענומען געווארן די שווערע בשורה יוצא משערי ירושלים עיר הקודש איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק מפורסם, חסידא ופרישא, כ"ק גאב"ד ראדאמישלא הגה"צ רבי יצחק אריה לייבוש היילפרין זכר צדיק לברכה, רב שכונת רמות ג' אין ירושלים, וועלכער איז היינט באשמורת הבוקר נתבקש געווארן לישיבה של מעלה אין עלטער פון איין און אכציג יאהר לדאבון לב כל בית ישראל.


דער רב זצ"ל האט נאך געפראוועט די ירח האיתנים כמימים ימימה, דעם מוצאי שבת בראשית איז ער אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן זיך מוטשען מיט קאמפליקאציעס און אן אינפעקציע אויף די פוס, און היינט באשמורת הבוקר האט ער בפתע פתאום צוריקגעגעבן נשמתו הטהורה ליוצרה.


דער רב זצ"ל איז געבוירן געווארן אין לאנדאן דעם צווייטן טאג ראש השנה אין יאהר תש"ה אלס די עלטסטער זון פון זיין פאטער הגאון הצדיק המפורסם רבי אלחנן האלפערין זצ"ל גאב"ד ראדאמישלא אין גאלדערס גרין, וועלכע האט געצויגן זיין גרויסן יחוס צו צדיקי בית צאנז, קשאנוב, ברעזאן, זלאטשוב, שאץ, פרעמישלאן, ראדאמישלא, ולמעלה בקודש.


אלס בחור האט ער געלערנט בישיבתו הרמה פון רבו מובהק הגה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע אין וועם ער איז געווען דבוק בכל נימי נפשו עד יומו האחרון.


נאך זיין חתונה מיט זיין חשובע רעביצין תליט"א טאכטער פון הגה"צ המפורסם רבי שמואל אלכסנדר אונסדארפער זצ"ל גאב"ד ראשית חכמה האט ער געוואוינט נעבן זיין שווער אין מאנטריאל קאנאדע, שפעטער האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין לאנדאן לימין אביו הגדול, און בשנת תשל"א איז ער ארויף קיין ארץ הקודש.


אין די ערשטע יאהרן אין ארץ ישראל האט ער משמש געווען ברבנות אין קהילת דברי חיים צאנז אין פתח תקוה, און געדינט אלס ראש כולל מהר"ש ענגיל אין ירושלים.


שפעטער האט ער זיך באזעצט אין שכונת רמות ג' אין ירושלים, וואו ער האט געדינט אלס רב ומורה הוראה און אויפגעשטעלט זיין ביהמ"ד אשל ברמה.


נאכן פטירה פון זיין פאטער בשנת תשע"ה, איז ער געקרוינט געווארן אלס גאב"ד ראדומישלא ממשיך צו זיין דעם שלשלת הקודש. ער האט זוכה געווען אריינצושיינען תורה וחסידות אין אידישע הערצער, און אנגעפירט זיין קהילה ביד רמה אויפן פארצייטישן שטייגער, דער רב ז"ל איז געווען א מעתיק השמועה און דולה ומשקה מתורת אבותיו ורבותיו די צדיקים שרפי מעלה.


ליידער, שטייט מען נאך אינעם שנת האבל פון זיין עלטסטן זון הגה"צ רבי יחזקאל שרגא דוד הלפרין זצ"ל דומ"ץ צאנז רמות וועם דער רב ז"ל האט באגלייט למנוחת עולמים אין אזא יונגן עלטער, זייענדיג מקבל די יסורים באהבה.


דער רב זצ"ל לאזט איבער א הערליכע דור ישרים מבורך, בנין וחתנין רבנן, אלע גאר חשובע גדולי תורה יושבי על מדין ומורי הוראה בישראל, אייניקלעך, אור אייניקלעך, און איר איר אייניקלעך, צווישן די שוואגער'ס פונעם רב זצ"ל ציילן זיך די גדולי האדמורי"ם והרבנים בארץ הקודש צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, כ"ק אדמו"ר מנדבורנא חיפה שליט"א, כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א, און הגה"צ רבי חיים צבי שפירא ראב"ד בית דין צדק מחזיקי הדת בעלזא.


דורכאויס די יאהרן האט ער זוכה געווען זיך צו משדך זיין מיט פילע גדולי אדמורי"ם צווישן זיי מיט זיינע שוואגער'ס האדמורי"ם מצאנז און טשערנאביל, האדמורי"ם מוויזניץ, אמשינוב, פשעווארסק, תולדות אהרן, מאחנובקא בעלזא, וויזניץ קאיימישע, וויזניץ ירושלים,טשערנאביל פון בארא פארק, קרעטשניף, אלכסנדר, מודזיץ, נדבורנא ירושלים, פרעמישלאן, לויצק, דעעש, ראחמיסטריווקא לעיקוואד, סטראפקוב, זוטשקא, זידיטשוב בני ברק, גארליץ, מעליץ, שאץ, קאסאני, ביקסאד און נאך פיל.


די זרע ברך השם, זיינע חשובע זין: הגה"צ רבי יעקב מאיר שמחה היילפערין ראש כולל מהר"ש ענגיל איידעם ביי הגה"צ גאב"ד מאקאווא ירושלים זצ"ל, בנו כ"ק אדמו"ר מברעזאן שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, בנו הגה"צ רבי מרדכי יוסף משה היילפרין אב"ד קהל חסידים ביתר איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, בנו הרה"צ רבי שלמה היילפרין פון קרית צאנז נתני' איידעם ביי הרה"ג ר' יעקב ישראל שמערלער זון פון הגה"צ ראש ישיבת צאנז זצ"ל, בנו הרה"צ רבי מתתי' חיים היילפרין איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א פון בארא פארק, בנו הרה"צ רבי אהרן האלפערין איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאני בית שמש, בנו הרה"צ רבי ברוך האלפערין איידעם ביי הרה"צ רבי משה חיים טווערסקי פון ירושלים.


די איידעמער הרה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי אב"ד טשערנאביל אלעד זון פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצ"ל, הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אב"ד קרית צאנז נתני' בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, און הרה"צ רבי משה סופר זון פון הגה"צ אב"ד ערלוי אלעד.


די לוויה גייט ארויס היינט 12:00 מיטאג פון בית מדרשו אויף רחוב ראקאנטי 60 אין די רמות ג' געגענט אין ירושלים, אויפן וועג צום הר הזיתים וואו ער וועט קומען לקבורה אויפן פרעמישלאנער חלקה סמוך ונראה צום ציון פון אביו הגדול כ"ק גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל, שנשמע ונתבשר בשורות טובות.


ree

תגובות


bottom of page