top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר בעיר מלוכה וויען באריכט

דאנערשטאג פ' משפטים - כ"ה שבט תשפ"ג


קול בחצרות - א באריכט פון די ערשטע טאג פון די געהויבענע מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א על אדמת אייראפע, די קורצע ביקור המרומם אינעם עיר הבירה וויען אין עסטרייך, וואו דער רבי האט זיך אפגעשטעלט עלי אורח זייענדיג אונטערוועגנס צום עיר האבות סיגעט.


היינט דאנערשטאג אין די צופרי שעות האט די פליגער פון רבי'ן געלאנדעט אינעם וויען אונטערנעשאנעל עירפארט, וואו עס האבן אפגעווארן די חשובי ונכבדי העדה, הגה"צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א גאב"ד וויען עסטרייך, דער בעל אכסניא הנגיד החסיד ר' חיים לעווי וועלכער האט זיך ספעציעל אנגעטון בגדי שבת לקבל את פני הקודש בהדרת כבוד, און נאך חשובע זקני ופני העיר.


פון לופטפעלד איז דער רבי צוגעפארן צו די אכסניא פאר געציילטע מינוט, און דערנאך איז דער רבי ערשינען אויף תפילת שחרית אינעם צענטראלן בית המדרש קהל חסידים קהל ישראל, בנשיאותו פונעם מרא דאתרא הגה"צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א. פארן דאווענען איז דער רבי געגאנגען אין מקוה דארט אין בית המדרש, און דערנאך תפילין געלייגט פאר א בר מצוה בחור, אייניקל פונעם וויענער רב שליט"א.


ביים ליינען האט דער רבי האט עולה געווען שלישי און געבענטשט גומל


נאכן דאווענען איז דער רבי אריין אינעם ווייבער שול וואו עס איז געווען צוגעגרייט א חדר מיוחד פארן רבי'ן צו לייגן רבינו תם תפילין, נאך א קורצע צייט איז דער רבי ערשינען אין היכל בית המדרש צום מעמד קבלת פנים, וואו עס האבן זיך צונויפגעזאמלט הונדערטער תושבי העיר ובראשם רבני ודייני דמתא, דער מרא דאתרא הגה"צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א, הגה"צ ר' משה אליעזר ווייס שליט"א גאב"ד קהל מחזיקי הדת, הגה"צ ר' אשר מרגליות שליט"א דומ"ץ קהל אהל משה, און נאך חשובע רבנים.


דער מרא דאתרא גאב"ד וויען האט אויפגעטרעטן מיט ווערטער און מיט פאסיגע דיבורים מקבל געווען דעם חשובן גאסט, ארומרעדנדיג איבער די געוואלדיגע חשיבות פאר די תושבי העיר אז דער רבי קומט אהער מחזק זיין און אריינבלאזן א פרישע גייסט פון חיזוק בתורה ועבודה. דאן האט אויפגעטרעטן דער בעל אכסניא הנגיד החסיד ר' חיים לעווי וועלכער האט ארויסגעברענגט זיין התרגשות'דיגע געפילן אז ער האט זוכה געווען דער רבי זאל קומען צו אים אין שטוב און מאציל זיין מברכות קדשו פארן גאנצן ציבור.


דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש, און ארויסגעהויבן לשבח זיין התפעלות פון די חסידישע ציבור, מ'זעהט אויף די בחורים א ריכטיגע אור החסידות, הכרת פניהם ענתה בהם, אז אפילו אינעם ווייטן שטאט וויען איז מען מגדל א ערליכע חסידישע דור על דרך רבותינו הקדושים.


נאכן מעמד איז דער רבי אהיימגעגאנגען צו די אכסניא, שפעטער נאכמיטאג האט דער רבי געדאווענט מנחה, וואו עס האבן מיטגעדאווענט די עלטערע כיתות פון די חסידישע תלמוד תורה אין שטאט, נאך מנחה האט דער רבי זיך אוועקגעזעצט און אויפגעטרעטן מיט דברות קודש ודברי הדרכה פאר די ילדי התשב"ר, דאן איז דער רבי ארויף באזוכן ביי די רבני העיר, הגה"צ ר' אברהם יונה שווארץ, הגה"צ ר' משה אליעזר ווייס, און הגה"צ ר' אשר מרגליות, און פון דארט איז דער רבי ארויסגעפארן צום לופטפעלד און ארויפגעשטיגן אויפן פריוואטן פליגער.


ארום אכט דרייסיג אויפדערנאכט האט די פריוואטע פליגער פונעם רבי'ן געלאנדעט אין שטאט באניע אין רומעניע, פון דארט איז דער רבי ארויסגעפארן מיט א קאר א וועג פון אנדערטהאלבן שעה ביז צום נאסטאלאגישן שטאט סיגעט, מקום מנוחת הקודש פון אבותיו הקדושים די הייליגע צדיקים לבית סיגעט. דער רבי האט געדאווענט מעריב מיט א ענגע צאל מקורבים ומשמשים בקודש, אינעם בנין ה'שוהל הויף' אין שטאט סיגעט.


א קורצע צייט פריער האבן נאך צוויי טשארטער פליגער'ס געלאנדעט אין די לופטפעלד אין באניע, איין טשארטער פליגער מיט די הונדערטער תלמידי הישיבות פון ארץ ישראל, און נאך א טשארטער פליגער מיט די הונדערטער תלמידי הישיבות פון ענגלאנד.


די בחורים זענען ארויסגעפארן מיט באסעס קיין סיגעט, צוערשט איז סערווירט געווארן א ברייטע נאכטמאל כיד המלך, און דערנאך זענען זיי צוגעפארן צו די דעזיגנירטע האטעלן וואו זיי וועלן איבערנעכטיגן די קומענדיגע טעג.

bottom of page