top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויכוננו עיר מושב: חסידי סקווירא אין התרגשות צו היסטארישע שבת חנוכת הקרי' פאר'ן נייעם סקווערער שטעטל אין בעטהעל

  • Bechatzros admin
  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' בה"ב • כ''ד אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

חסידי סקווירא זענען איינגעהילט אין עקסטאז און התרגשות מיט די גינסטיגע נייעס וואס איז היינט באשטעטיגט געווארן, איבער א היסטארישע "שבת חנוכת הקריה" וואס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט אפרעכטן אין די נייע סקווירא שטעטל אין די קעטסקילס, דעם קומענדיגן שבת פ' ראה, מברכים חודש אלול הבעל"ט.


די בוי ארבעט אינעם נייעם קרית סקווירא אין בעטהעל - ניו יארק גייט שוין אן באלד צוויי יאהר, ווען כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט באאויפטראגט די עסקנים מיט דעם הייליגן אונטערנעמונג אהערצושטעלן א נייעם מקום מושב מיט הונדערטער הייזער און אלע צוגהערן פארן נייעם שטעטל אין בעטהעל ניו יארק, וואס געפונט זיך בשכינות פון די בליענדע אידישע ישוב אין מאנטיסעלא.


אצינד ווען דער ביהמ"ד הגדול אינעם קרי' און די ערשטע צענדליגער הייזער שטייען שוין פולקאם גרייט, אריינצונעמען די ערשטע משפחות וואס וועלן זיך דעם זוממער באזעצן אינעם נייעם שטעטל אין א מזל'דיגע שעה, האט דער מייסד הקרי' די רבי שליט"א באוויליגט ארויסצוקומען און פראווענען דעם ערשטן שבת אינעם שטעטל, וואס וועט דינען אלס "שבת חנוכת הקריה" און אפצייכענען א גאלדענע בלאט אין די קורות הימים פון מלכות בית סקווירא.


דער שבת וועט זיין מיוחד פאר די תושבים אינעם שטעטל און אין די פארבליבענע חדשים ביז ענדע זומער וועלן די עסקנים אויסארבעטן די גענויע פלענער אנצוגרייטן דעם שבת מרומם בכל פרטי' ודקדוקי'.



bottom of page