top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע שבע ברכות אפגעראכטן דורך האד' מטאהש לכבוד די חתונה פון החתן בן האד' מליזענסק

דאנערשטאג פ' כי תשא • כ' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברמי ווייס


די וואך זינטאג איז כ"ק האדמו"ר מטאהש שליט"א אנגעקומען אויף א בליץ באזוך אין ניו יארק, וואו די רבי האט אפגעראכטן א ספעציעלער שבע ברכות לכבוד די שמחה בבית כ"ק האדמו"ר מליזענסק שליט"א נכד אביו כ"ק האדמו"ר הרה"ק מטאהש זי"ע, די שבע ברכות איז פארגעקומען אין די פאפא זאלן אין וויליאמסבורג.


נאך מעריב האבן זיך די אדמור"ים געוואשן צום סעודה, מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אין עס האט מהנה געוועהן מיט דברי בדחנות הרב יחיאל מאיר לייפער איידעם פון האדמו"ר מליזענסק. עס האט זיך משתתף געוועהן ביי די שמחה כ"ק האדמו"ר מהאדאס שליט"א חדב"ן הרה"ק מטאהש זי"ע.


מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געוועהן די מחותן אבי החתן האד' מליזענסק אין מיט די שבע ברכות די אנוועזנדע קרובי המשפחה, נאכן בענטשן האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א מחול לצדיקים אין כ"ק האדמו"ר מטאהש שליט"א איז געטאנצן א ריקוד מיטן חתן אין די מחותנים.




























Comments


bottom of page