דינסטאג פ' נשא א' - ד' סיון תשפ"ג | קול בחצרות
נאך א צייט אפשניט פון 4 יאהר וועט כ''ק גאב''ד מאקאווא שליט''א דאס יאהר ווידער ארויספארן אויף יום שבועות צום הייליגן שטאט מעזיבוזש אין אוקריינע ווי די רב וועט ווי זיין שטייגער צענדליגער יאהרן פראווען דעם יו''ט שבועות בצילו פונעם אור שבעת הימים דער בעל שם טוב הק' בעצם יומא דהילולא וואס געפאלט אויס אום יו''ט שבועות אינאיינעם מיטן חבריא תלמידים וחסידים פון ארץ ישראל אין פון איבער די גארער וועלט וועלכע וועלן קומען צו פארן מיטהאלטן דעם געהויבענעם יו''ט בצילא דמהימניתא.
די רב שליט''א מיטן שיירה וועלן זיך ארויסלאזן דעם מיטוואך אויפן וועג קיין פולין, מיטוואך וועט מען מתפלל זיין ביים ציון הק' פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי''ע אין ליזענסק אין נאך מקומות הקדושים אין פולין, אין שפעטער אויפדערנאכט וועט מען אריבערשפרייזן דעם גרעניץ קיין אוקריינע מיט א באן.
יו''ט שבועות וועט די רב פראווען אינעם בנין הכנסת אורחים היכל הבעש''ט סמוך ונראה צום ציון הק', ערב יו''ט אריינטרעטנדיג אינעם יומא דהילולא קדישא וועט די רבי פוקד זיין דעם ציון הק' אין בליל התקדש החג דאווענען די תפילות אינעם היסטארישן בעל שם טוב'ס שוהל, נעילת החג דעם צווייטן טאג יו''ט וועט די רב אפרעכטן אינעם איבערגעבויעטן שול פונעם הייליגן אפטא רב זי''ע אין מעזיבוז, אין צומארגנס זינטיג אסרו חג וועט מען זיך צוריק קערן קיין ארץ הקודש.
נעכטן מאנטיג האט די מאקאווא רב באזוכט אין ירושלים ביי מחותנו כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א אין ביי כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א מקבל זיין ברכת פרידה איידערן זיך ארויסלאזן קיין אוקריינע, ווי אויך האט די רב באזוכט ביי כ''ק האדמו''ר מסלונים שליט''א אין מבקר חולה געוועהן ביי כ''ק האדמו''ר מקאפיטנשיץ שליט''א נאכן באפרייט ווערן פון שפיטאל.
Comments