top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זמן חירותנו: רירנדע ביקור חיזוק דורך הרה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי שליט"א מסקווירא אין פארט דיקס טורמע

  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פ' צו • ט' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

א צאל אידן וועמען די השגחה עליונה האט אזוי באשערט אז זיי זענען ארעסטירט אין די פארט דיקס טורמע אין ניו דזשערזי, האבן נעכטן געשעפט הויפנס מיט חיזוק ביים באזוך פון הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א בנו הצעיר פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכער האט א לענגערע צייט זיך אויפגעהאלטן אין די תפיסה, און האט מחזק געווען די יושבי חושך וצלמות מיט דברי חיזוק וואס האט אויף זיי שטארק עושה רושם געווען.


ביים אריינקומען בין כותלי בית האסורים, האט מען צוערשט געדאווענט מנחה וואו הרב חיים מאיר האט צוגעטרעטן צום עמוד אויפן סקווערער נוסח. נאך מנחה האט ער איבערגעגעבן גאר ווארימע חיזוק רייד אויף די ענגלישע שפראך, מיט דברי הכנה צום יום טוב פסח - זמן חרותינו הממשמש ובא, אריינצושיינען ליכטיגקייט אין דעם מקום חושך, און נענטער צו ברענגען די נשברי לב לאבינו שבשמים.


נאכן דרשה האט הרב חיים מאיר פארטיילט הגדות וואס מר אביו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט ספעציעל געשיקט פאר די טייערע אידן, און דערנאך פארברענגט מיט יעדער פון די ארעסטאנטן באזונדער מיט דברי הדרכה וחיזוק אויף אלע ענינים. צום שלוס האט ער זיך ווארעם אפגעזעגענט פון די ארטיגע אידן, און יעדן באזונדער געוואונטשן ברכות לרוב, איבערלאזנדיג הויפנס חיזוק והדרכה וואס וועט זיי אי"ה לאנג באגלייטן.



bottom of page