העתירו אל ה': האד' מוויזניץ ווידער אריינגעפירט אין שפיטאל צוליב חולשה
- בחצרות הקודש

- 6 בספט׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 8 בספט׳
מוצאי שבת פ' כי תצא • י''ב אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

יעצט מוצאי שבת איז מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אריינגענומען געווארן אין שפיטאל נאך א שוואכקייט וואס האט באפאלן דעם רבי'ן איבער שבת.
דער רבי שליט"א וועלכע האט געוויילט שבת אין מושב אורה בגלילות ירושלים, האט זיך שוין נישט גוט געשפירט שבת נאכמיטאג, מען האט געלאזט רופן א דאקטער וועלכע האט אונטערזוכט דעם רבי'ן און באשטעטיגט אז דער רבי ליידט פון אן אלגעמיינע שוואכקייט.
נאכדעם וואס דער מצב האט זיך ליידער נישט פארבעסערט האט מען יעצט מוצאי שבת אריינגענומען דעם רבי'ן אין שפיטאל, אויף די רעקאמענדאציע פונעם רבינס פערזענליכן לייב דאקטער. דער רבי שליט"א געפונט זיך אין די הדסה עין כרם שפיטאל אויף באהאנדלונגען מיטן האפענונג אז דער רבי וועט אין די נאנטע טעג קענען אהיימקומען און אפרעכטן די הייליגע טעג בתוך קהל ועדה, מתוך בריות גופא ונהורא מעליא, כלל ישראל ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין פארן רבינס געזונט מרן ישראל בן לאה אסתר בתוך שאר חולי ישראל.







תגובות