בְּאֶחָד בַּאֲדָר • האד' מקוזמיר פראוועט סעודת ראש חודש אדר אין שיכון סקווירא
- Bechatzros admin
- 4 במרץ
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 4 במרץ
דינסטאג פ' תצוה • ד' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
כ"ק אדמו"ר מקוזמיר שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק לטובת מוסדותיו איז פאריגן ליל שישי אנגעקומען קיין שיכון סקווירא וואו דער רבי האט אפגעראכטן א סעודת ראש חודש אין שטוב פון מקורבו הרה"ח ר' יודל בירנהאק הי"ו מראשי המשוררים בחצר הקודש סקווירא, עס האבן זיך משתתף געוועהן ביי די סעודה די חברי הקאפעליע און עמך אידן תושבי שיכון סקווירא ווי מען האט פאר לענגערע שעות נאכאנאנד געזונגען און איבערגעחזרט אלטע פארצייטישע ניגוני קוזמיר און מוד'זיץ און די ניגונים פון יבלחט''א דער קוזמירער רבי שליט''א.
א טאג פריער מיטוואך תרומה האט זיך דער רבי שליט"א משתתף געוועהן ביים סעודה לגמרה של תורה נאכן היסטארישן מעמד הכנסת ספר תורה בחצר הקודש סקווירא וואו ער איז אויפגענומען געווארן ביותרת הכבוד דורך מחותנו כ"'ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.







Comments