top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בעלי בתים פון "קדם" וויין פירמע האלטן אפ זיצונג בביתו נאוה קודש פון האד' מסאטמאר

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 26 בינו׳
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 27 בינו׳

זונטאג פ' בא • כ"ו טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילד קרעדיט: קרית יואל היימשטאט


פארלאפענעם וואך זענען אריבער געקומען אויף אן אסיפה בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, די בעלי בתים פון די 'קדם' וויין פירמע הרה"ח ר' מיכאל דוב הערצאג הי"ו ושותפו ר' נתן מרדכי הערצאג הי"ו, וועלכע זענען כהיום סיי פון די גרעסטע פראדוצירער פון וויין און בראנפן וואס ווערן פארקויפט אין דער היימישער וועלט, און סיי אלס די גרעסטע דיסטריביוטער פון וויין און בראנפן פון אנדערע פירמעס. זיי זענען אריינגעקומען צום רבי'ן שליט"א אינאיינעם מיט הר"ר נחום ראבינאוויטש שליט"א פון די OU כשרות ארגענעזאציע און עטליכע עקספערטן און מבינים אויף וויין און ברוינפן פון די קדם פירמע, וועלכע זענען געקומען אויסשמועסן און זיך נאכפרעגן וויאזוי זיי קענען נאכקומען די כשרות סטאנדארטן וועלכע דער רבי שליט"א האט נישט לאנג צוריק אוועקגעשטעלט אין קרית יואל, און עס איינפירן אויף די פילע וויינען און ברוינפנס וואס זיי פראדוצירן און ברענגען אריין.


א לענגערע צייט האט מען אויסגעשמועסט די וויכטיגקייט פון שטיין על המשמר אז וואס עס ווערט פארקויפט פאר היימישע אידן, זאל זיין אויסגעהאלטן בתכלית הכשרות. דער רבי שליט"א האט ערווענט אז עס זענען דא היינט אויף דעם מארקעט פילצאליגע סארט וויין און בראנפן וואס ווערן פארקויפט, און ליידער אסאך אן קיין השגחה.


מען האט אויסגעשמועסט פאר קרוב צו אנדערטהאלבן שעה פילע פרטים און דעטאלן פון אלע מיני ברוינפנס קלארצושטעלן וועלכע זאכן און וועלכע כשרות סטאנדארטן עס ווערן פארלאנגט כדי א זאך זאל קענען פארקויפט ווערן אין קרית יואל, און די בעלי בתים האבן קלארגעשטעלט אז זיי וועלן טון אלעס אין זייערע מעגליכקייטן צו פארזיכערן אז די כשרות סטאנדארטן אויף די משקאות וועלן זיך הייבן, און זיי וועלן זיך צושטעלן צו דעם סטאנדארט וואס דער רבי פארלאנגט. ביים פארענדיגן די אסיפה האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי בתים און אלע אנוועזנדע.

תגובות


bottom of page