דינסטאג פ' ויחי • ז' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין די יעצטיגע טעג שטייענדיג גאנצע פיר חדשים זינט דעם ביטערן טאג ה' אלול תשפ"ד ווען גאנץ כלל ישראל ובפרט די פילע הונדערטער סקולענער חסידים ומעריצים האבן פארלוירן דעם הייליגן צדיק ורועה נאמן כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל, און באזונדער האט די אבידה גאר שווער באטראפן דעם חשוב'ן ציבור חברי ק"ק נצח ישראל סקולען אין וויליאמסבורג, ווערט אויפגענימען די בשורה טובה ומשמחת אז בנו יקירו וחביבו כ"ק אדמו"ר מסקולען לינדען שליט"א וועט משמש זיין באדמור"ות אין די נאסטאלגישע סקולענער ביהמ"ד אין שטאט וויליאמסבורג.
אט דער מקום וואס איז אין די לעצטע קרוב צו יובל יארן געווען דער תל תלפיות און אבן השואבת וואו טויזענטער אידן האבן זיך אנגעווארימט ביים הייליגן אור פון די שרפי מעלה די צדיקים לבית סקולען, אנגעהויבן ביים ראש השושלת הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זצ"ל וועלכער האט מייסד געווען דעם ביהמ"ד נאכ'ן זיך באזעצן אין וויליאמסבורג בסוף ימיו, ולאחר פטירתו בנו יחידו ומ"מ הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצוק"ל וועלכער פלעגט מידי שנה בשנה אריינקומען פראווען בקביעות בתוככי עדת צאן מרעיתו אין דעם הייליגן ביהמ"ד מערערע שבתים און ימים טובים אין יאר, און נאך זיין פטירה מיט קוים זעקס יאר צוריק האט בנו הגדול ומ"מ כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל איבערגענומען די הנהגה און פלעגט מיט זיינע שוואכע כוחות כסדר אריינקומען קיין וויליאמסבורג צו פראווען זיין עבודה אין אט הייליגן ביהמ"ד, וואו ער נתגדל געווארן און האט זיך געדרייט צווישן אירע ווענט רוב פון זיינע יארן ביים הייליגן זיידן און ביים הייליגן טאטן זצ"ל.
און אצינד האבן די מתפללי ובאי הבית הגדול והקדוש הזה אויפגענומען די בשורה טובה ומרנינה אז "יעקב אבינו לא מת מה זרעו בחיים אף הוא בחיים", אז דער צווייטער זוהן פון רבי'ן זצ"ל יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מסקולען לינדען שליט"א ווערט אויפגענומען אלס ממלא מקום אבותיו וממשיך דרכם בקודש אינעם נאסטאלגישן סקולענער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.
דאס קומט נאכדעם וואס שוין מיט עטליכע חדשים צוריק נאכ'ן פטירה פון הרה"ק מסקולען זצ"ל האט מען מכתיר געווען בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א למלא מקום אבותיו צו פירן ווייטער די עדה הקדושה, און דערביי האט מען פארבעטן דעם רבי'ן שליט"א אז ער זאל כמנהגם פון זיין הייליגן טאטן און הייליגן זיידן אויך כסדר אריינקומען קיין וויליאמסבורג צו פראווען שבתים וימים טובים ביי די ארטיגע קהלה וואס רצונם לראות מלכם, דער סקולענער רבי שליט"א האט עטליכע מאל אויסגעדריקט פאר די הנהלת הקהלה פון וויליאמסבורג זיין רצון און חשק אריינצוקומען פראווען אינעם הייליגן ביהמ"ד וואס אירע ווענט זענען דורכגעווייקט מיט די הימלישע עבודה וואס אבותיו הקדושים האבן דארט אפגעראכטן אזויפיל יארן, אבער אינעם יעצטיגן זמן שטייענדיג בלויז עטליכע חדשים נאכ'ן איבערנעמען דעם כתר האדמורו"ת קומט אים אן דערווייל שווער צו משמש זיין באדמורו"ת אין ביידע קהלות פון בארא פארק און אין וויליאמסבורג.
נאך עטליכע אסיפות מיט'ן סקולענער רבי'ן שליט"א אין די לעצטע טעג מיט די הנהלת הקהלה פון וויליאמסבורג, האט דער רבי שליט"א בענוות קדשו ובחפץ לבו אנגעבאטן אז מען זאל אויפנעמען אחיו הצעיר כ"ק אדמו"ר מסקולען לינדען שליט"א – וועלכער טראגט דעם הייליגן נאמען פון עלטער-זיידן הרה"ק בעל נועם אליעזר זצוק"ל מייסד השושלת – אלס ממלא מקום אבותיו הק' אין וויליאמסבורג, וואס לו נאה לו יאה כתר ההנהגה זייענדיג שוין באוואוסט יארן לאנג צווישן דעם צבור סקולענער חסידים מיט זיין כח ההשפעה, אין צוגאב צו דעם געוואלדיגן כח התורה און די עבודת הקודש פון הרבצת התורה יארן לאנג אין די סקולענער קהלה אין בארא פארק.
תלמידי וחסידי סקולען און טויזענטער אידן בכלל קוקן ארויס און האפן אויף די ווייטערדיגע המשכה פון דעם הייליגן סקולענער הויף, תחת נשיאותם והנהגתם פון די צוויי ברידער כ"ק מרנן האדמורי"ם שליט"א וועלכע וועלן ווייטער פירן די עדה הקדושה במקום אבותיהם הק' לשם ולתפארת על מי מנוחות.
ושמו אליעז"ר כי אלקי אביו בעזרו
Comments