דינסטאג פ' נצבים - וילך • כ' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
אינעם קלויז הגדול דחסידי באיאן אין ירושלים איז אין די טעג - צום ערשטן מאל אויפגעבויעט געווארן א ריזן גאלעריע אין ליכט פון די שטארקע געדרענג וואס האט געהערשט די לעצטע יאהרן אינעם בית מדרש הגדול משך די תפילות און טישן חודש תשרי, ווען יעדע ברעקל פלאץ איז געווען אויסגענוצט צוצושטעלן די מאקסימום זיצן פארן ציבור, נישט קענעדיג צושטעלן געניג פלאץ פארן ריזן ציבור חסידים און געסט, דאס אלעס שוין נאכן איבערבוי פראיעקט מיט עטליכע יאהר צוריק ווען מען האט פלפאכיג פארגרעסערט דעם קלויז, דעריבער זענען די עסקנים געזעצן מיט ענזשינירן און אויסגערעכנט א מייסטארפיטיגע פלאן וויאזוי צו קענען אויפשטעלן א גיגאנטישען גאלעריע אינעם גאנצן לענג פונעם היכל הבית מדרש הגדול צוצושטעלן נאך פרישע הונדערטע זיץ פלעצער און צוגעבן הרחבת הדעת פון די טויזנטער חסידים אין געסט המסתופפים בצל הקודש דורכאויס די ימים הנוראים.
אין די טעג האט מען זיך שוין גענימען צום מלאכת הבניה אויפצובויען דעם געגאנטישן גאלעריע, עס זאל קענען שוין זיין גרייט אויף דעם קומעדיגן א' סליחות ווי שווערע טויזנטער חסידים קומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש לשמוע אל הרינה ואל התפילה, און וועט ארויפברענגען די צאל זיץ פלעצער אינעם היכל צו א קיימא לן פון פיר טויזנט זיצן.
Коментарі