גילה אחר גילה: דריי חתונות די וואך פון נכדי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א
- בחצרות הקודש

- 29 בינו׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 30 בינו׳
מיטוואך פ' בא • כ"ט טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
דעם שבת קודש איז געפראוועט געווארן דריי באווארפן'ס פון אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, בראש וראשון איז געפראוועט געווארן די שמחת עלי' לתורה פון החתן יונגסטע קינד פון הגה"צ רבי נפתלי אלימלך לייזער שליט"א אב"ד פּשעווארסק לאנדאן בנו הגדול פונעם רבי'ן שליט"א, עב"ג בת הרה"ג ר' שלמה זלמן וואזנער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א.
די באווארפן איז געפראוועט געווארן פארגאנגענע שבת קודש פרשת וארא, שבת מוקדם, בצל קדשו פונעם גרויסן זיידן אין אַנטווערפן צוליב וואס דער רבי וועט צוליב חולשת גופו נישט פאָרן פּערזענליך צו דער חתונה, האט מען אריבערגעברענגט די שמחה קיין אנטווערפן.
לרגל דעם שבת של שמחה זענען געקומען צו פארן איבער 400 געסט פון דער גארער וועלט און מיטגעהאַלטן דעם שבת מרומם בצל הקודש. דער רבי האט געפירט טיש פרייטאג צונאכטס אנגעהויבן פון שלום עליכם, און שבת אינדערפרי האט דער רבי געגעסן די סעודת מיט'ן גאנצן ציבור אינאיינעם, פרייטאג צונאכטס האט דער רבי מכבד געוועהן מיטן בענטשן בנו הגדול הגה"צ אבד"ק פשעווארסק לאנדאן שליט"א, און ביים מיטאג טיש האט דער רבי מכבד געוועהן מיטן בענטשן דער מחותן הרה"ג ר' שלמה זלמן וואזנער שליט"א אבי הכלה.
מוצאי שבת איז פארגעקומען די שמחת הפארשפיל ביי מלוה מלכה וואו דער רבי האט פארציילט סיפורי צדיקים און זיך ארויסגעלאזט אין א געהויבענעם טאנץ אויפן אויבן אן.
די וואך שבת פ' בא קומט פאר די באווארפן אין לאנדאן און די חתונה וועט געפּראַוועט ווערן קומענדיגע וואך מיטוואך פרשת בשלח אין בני ברק.
אויך איז דעם פארגאנגענעם שבת געפראוועט געווארן א שמחה אין ק"ק פשעווארסק אין וויליאמסבורג. די שמחת עלי' לתורה פון אַן אייניקל פונעם רבי'ן שליט"א, החתן נ"י בן בנו הגה"צ רבי אלטר לייזער שליט"א אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג, וואס וועט גיין אונטער דער חופה עב"ג בת הרב יואל אשר אנשיל הורוויץ שליט"א בן הגה"צ ר' נפתלי צבי שליט"א מראחוב לאנדאן וחתן כ"ק אדמו"ר מנאדבורנא לינסק שליט"א.
די שמחת הבאווארפן איז געפראוועט געווארן אינעם נייעם פשעווארסקער בית המדרש אויף ראטלידזש סטריט וואס מען האט מחנך געווען דעם שבת לכבוד דער גרויסער שמחה. ביים קידושא רבא האט זיך אנגעזען א ריזיגער ציבור וואס איז געקומען פון אלע עקן שטעט וואונטשן מזל טוב. די שמחת החתונה קומט פאר מארגן דאנערשטאג פרשת בא אין זאל פון גינת אסתר אין וויליאמסבורג.
אויך איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג די שמחת הבאווארפן פון אן אור אייניקל פונעם פשעווארסקער רבי'ן שליט"א. הכלה תחי' בת הרב שמעון שלמה לייזער שליט"א בן הגה"צ ר' אברהם שמואל שמעלקא שליט"א, עב"ג החתן בן הגה"צ ר' יחזקאל שרגא ראזענבוים שליט"א אב"ד קרעטשניף סיגוט אין וויליאמסבורג בן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגוט שליט"א, להבחל"ח די מאמע ע"ה פון די כלה תחי' איז א טאכטער פון הגה"צ אבד"ק אניפאלי שליט"א. די שמחת החתונה קומט פאר קומענדיגן מאנטאג אין בית שמש למז"ט ובשעטומ"צ.











תגובות