top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענע חגיגת "הכנסת ספר תורה" דורך ידידי וחסידי זידיטשוב לכבודו פון האד' מזידיטשוב

לפני 23 שעות
זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פרשת לך לך • ט' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות און עקסטאז האבן מאסן חסידים ואנשי מעשה מיטגעלעבט די פייערליכע חגיגת הכנסת ספר תורה, וועלכע איז געווארן אריינגעפירט ברוב פאר והדר צום ביהמ"ד נצח ישעי' זידיטשוב אין בארא פארק, דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו ולזכותו פון כ"ק האדמו"ר מזידיטשוב שליט"א, וואס האט לאנגע יארן אנגעפירט זיין הויף אין שטאט באר שבע.


די קייט פון די ימי אורה האט זיך אנגעהויבן מיטוואך בראשית ביינאכט, ווען עס איז פארקומען די מעמד סיום כתיבת האותיות אין שטוב פון הנגיד ר' מרדכי יעקב עליאס הי"ו מחשובי מתפללי הביהמ"ד, ביים מעמד האבן זיך באטייליגט די חברי הקהילה, וועלכע זענען נתכבד געווארן צו שרייבן די אותיות אינעם ספר תורה.


פריער אין טאג איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד זידיטשוב אריינצושרייבן אן אות אינעם ספר תורה און דערנאך געטרינקען לחיים מיטן זידיטשויבער רבי'ן.


דאנערשטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען דער מעמד סיום כתיבת אותיות אין שטוב פון הנגיד ר' שלמה פאזנער הי"ו, וואו דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות לגומרה של תורה, און דאן ארויסגעפירט דעם ספר תורה צום תהלוכה ברחובה של עיר, ביזן ביהמ"ד הגדול זידיטשוב אויף דעהיל ראוד. פארנט פון ביהמ"ד האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ, דערנאך האט דער רבי שליט"א אריינגעפירט דעם ספר תורה צום היכל ביהמ"ד, וואס איז ספעציעל אויסגעשטעלט געווארן מיט פארענטשעס, און די שמחה האט גובר געווען ביי די ריקודין של מצווה וואס דער רבי האט אפגעראכטן מיט גרויס דערהויבנקייט.


דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער צום זאל פון עמינענס, וואו עס איז פארגעקומען די רייכע סעודת מצוה לגומרה של תורה, ביי וועלכן עס האבן זיך אנגעזען פילע אדמורי"ם ורבנים שליט"א. ספעציעל האט ארויסגעשיינט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א, וואס האט מופיע געווען בהדרו און לאנג ארומגעשמועסט מיט ידידו וריעו דער רבי שליט"א.


מיט פאסיגע דיבורים האט אויפגעטרעטן הנגיד ר' מרדכי צבי מייזליש הי"ו ראש הכולל, דערנאך האט מען זיך צוגעהערט צו די משא המעמד פונעם נואם הכבוד הגאון רבי מרדכי שיף שליט"א רב דקהל איגוד אברכים ב"פ, און דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברי תורה וברכה לכבוד המאורע, נאך ברכת המזון האט מען זיך ווידעראמאל ארויסגעלאזט אין ריקודין עילאין.


ביים מעמד איז פארטיילט געווארן א ספעציעלער קונטרס פון עובדות סיפורים נפלאים וואס דער רבי שליט"א האט דערציילט דורכאויס די סעודות מלוה מלכה במשך השנים, זייענדיג באקאנט אלס א בעל מספר נפלא מיט אן אוצר בלום פון עובדות טבין וואס דער רב האט מקבל געווען איש מפי איש.


דורכאויס די מעמדי סיום כתיבות האותיות און די סעודה לגמרה של תורה האבן זיך אנגעזען האדמורי"ם מסערדאהעלי, טשערנאוויץ, סקאליע, פאלטישאן, אלעסק, ליסקא, הגה"צ גאב"ד סאטמאר ב"פ, הגה"צ אב"ד סיגוט, הגה"צ רבי חיים אלעזר ראבינאוויטש ראש ישיבת מונקאטש, און הרה"צ רבי חיים מאיר האגער בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.



תגובות


bottom of page