top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דראמאטיש: הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת עטרת שלמה ארויסגעפארן קיין אומאן אויף יום טוב ראש השנה

לפני 13 שעות
זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' האזינו • כ"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

היסטארישע נייעס קומט אריין איבער א זעלטענע נסיעה וואס הגאון המפורסם רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת עטרת שלמה האט אונטערגענומען היינטיגן דאנערשטאג קיין אומאן אוקריינא וואו ער וועט וויילן די קומענדיגע ימי ראש השנה, סמוך ונראה צום ציון הק' פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע, א שריט וואס האט אויסגערופן גרויס וואונדער און אינטרעסע און איז די געשפרעך פון טאג אין די ליטווישע תורה וועלט.


דאס קומט אין א קריטישע צייט וואס דער עולם התורה מוטשעט זיך פינאנציעל ווי קיינמאל בעפאר, אין ספעציעל איז אין די כולל נעץ "עטרת שלמה" אנשטאנען גאר א שווערע פינאנציעלע מצב, ווען די טויזנטער לומדי הכולל האבן נישט ערהאלטן זייער תמיכה פאר דריי חדשים נאכאנאנד, סיי צוליב די סאנקציעס פון די רעגירונג נישט צו שטיצן קיין ישיבות וכוללים וועלכע קומען נישט נאך פארלאנגען אין שאטן פון די גזירת הגיוס, און בנוסף איז די דאלער גאר שטארק געפאלן, וואס דאס האט ממש אויסגעטריקנט די הכנסה קוועלער פון די ישיבות און כוללים. 


די וואך האט דער ראש הישיבה הגאון רבי שלום דוב סורוצקין שליט"א ערהאלטן א טעלפאן רוף פון א גרויסע נגיד פון אמעריקא, א מקורב צום ראש הישיבה, און אים פארשפראכן, אז אויב דער ראש ישיבה וועט ארויסקומען וויילן אויף דעם קומענדיגן ראש השנה אין אומאן, וועט ער ביישטייערן די "גאנצע תמיכה" פון די לעצטע דריי חדשים, עד פרוטה האחרונה.


דער ראש הישיבה שליט"א, אויף וועמען די עול החזקת התורה ליגט אויף זיין אחריות, ובפרט ווען די לומדי תורה מתוך דחק קוקן ארויס בכליון העינים אויף די תמיכה אריינצוברענגען א יום טוב אין שטוב, האט אנגענומען דעם הצעה גאר ערנסט, טראץ דעם וואס עס איז אין קעגנזייט פון זיין מסורה, און נאך עטליכע באראטונגען מיט אנדערע גדולי התורה פון ארץ ישראל, האבן כולם פה אחד צוגעשטימט, אז מען וועט דורך דעם קענען ווייטער אנהאלטן די קיום עולם התורה, אל שב רק תעשה, זאל ער פארן קיין אומאן אויף ראש השנה.


דער ראש הישיבה שליט"א האט תיכף ומיד איבערגעגעבן זיין דראמאטישע באשלוס, אז ער גייט בעז"ה וויילן קומענדיגן ראש השנה אין אומאן אוקריינע, אינעם קיבוץ סמוך ונראה צום ציון הק' פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע, נאך איידער דער ראש הישיבה האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג היינטיגן דאנערשטאג נאכמיטאג, האט דער נדיב מקיים פסק געווען און אריבערגעפירט דאס געלט צום קאנטע פון די ישיבה, ווי די טויזנטער אברכים לומדי תורה וועלן נאך בעפאר יום טוב ערהאלטן זייער תמיכה מיטן אויבערשטנס  הילף און אריינברענגען א יום טוב בהרחבה.

תגובות


bottom of page