תושבי אנטווערפען מיטגעהאלטן שיינעם באזוך דורך הגה"צ רבי דניאל חיים אלתר שליט"א ראש ישיבת פני מנחם
מאנטאג פ' האזינו • ד' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
בהדרת כבודה של תורה האבן תושבי אנטווערפען מקבל פנים געווען דעם חשוב'ן גאסט פון ארץ הקודש, הגה"צ רבי דניאל חיים אלתר שליט"א, ראש ישיבת פני מנחם און בנו הצעיר פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל פני מנחם מגור זי"ע, וואס איז אנגעקומען אויף א געהויבענעם באזוך אין שטאט, מחזק צו זיין די תושבי העיר וועלכע האבן טאקע גוט אויסגענוצט דעם באזוך, נהנה צו זיין מאורו פונעם חשוב'ן גאסט און שלינגען מיט דארשט זיינע פערל רייד, זייענדיג באקאנט אלס א נואם בחסד עליון און פה מפיק מרגליות יחיד במינו.
דער ראש ישיבה איז אנגעקומען קיין אנטווערפן דאנערשטאג נאכמיטאג, און האט געהאט זיין אכסניא במשך דעם באזוך אין שטוב פון הרב הגאון רבי דוד נויגרעשל שליט"א, פון די אנגעזעענע מרביצי תורה און אנשי שם אין שטאט.
דורכאויס דאנערשטאג האט דער ראש ישיבה באזוכט ביי די מרא דאתרא, הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפן שליט"א, און דערנאך ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וואו עס האט זיך אנטוויקלט א הערליכער שמועס בדברי תורה וחסידות. דער רבי שליט"א האט זיך דערביי נאכגעפרעגט איבער די הרבצת התורה פונעם ראש ישיבה אין זיין בית המדרש אין ירושלים, און באזונדער געבעטן איבערגעבן א גרוס פאר'ן ברודער, דער ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א.
ווי אויך האט ער באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א, און ביי הגה"צ רבי פנחס לייבוש פאדווא שליט"א, רב דקהל שומרי הדת אנטווערפן.
שפעטער האט דער ראש ישיבה אויפגעטרעטן מיט א דרשת הכנה לימים הנוראים אין די שטאטישע ישיבה עץ חיים אין ווילרייק, און דערנאך איבערגעגעבן א טיפזיניגן שיעור עיון בעניני דיומא פאר די אברכי הכולל החדש אין שטאט.
ביינאכט איז פארגעקומען א כינוס הכנה לימים הנוראים אינעם בית המדרש המרכזי דחסידי בעלזא, וואו דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן מיט דברי הכנה והתעוררות. דער כינוס איז געווארן מיטגעהאלטן דורך הונדערטער חסידי בעלזא, תושבי העיר, מתפללים, און די חסידים פון אלע בעלזער שטיבלעך אין שטאט.
פרייטאג האט דער ראש ישיבה באזוכט אין די ישיבה טל תורה, און שבת האט ער אויפגעטרעטן אין א רייע בתי מדרשים אין שטאט. בצפרא דשבתא האט ער געדאוונט אין בית המדרש הגדול פשעווארסק אין אנטווערפן, וואו ער איז מכובד געווארן מיט אן עליה לתורה.
שפעטער נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה איבערגעגעבן א שיעור אין פרקי אבות אינעם בית המדרש זכרון בנימין. שלש סעודות האט ער געפראוועט אינעם בית המדרש בית יעקב, וואו ער האט משמיע געווען פייערדיגע דברי התעוררות אלס הכנה צו די הייליגע טעג.
מוצאי שבת האט דער ראש ישיבה געזאגט די סליחות ראשונות אינעם ערלויער בית המדרש אין שטאט, וואו ער האט בעפאר אמירת סליחות משמיע געווען דברי התעוררות וכיבושין כהכנה דרבה.
זונטאג האט דער ראש ישיבה זיך צוריקגעקערט למעונו אין ירושלים, איבערלאזנדיג א טיפן רושם אויף אלע תושבי העיר, יונג און אלט.


























תגובות