מאנטאג פ' ויחי • ו' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
טויזנטער גערער חסידים האבן מיטגעלעבן מאמענטן פון חדוותא ושעשועי אורייתא ביי די איינדרוקספולע "בחינה פומבי" וואו הונדערטער מופלגי בחורי גור האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף הונדערטער בלעטער גמרא בעל פה, בנוכחת פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א.
די בחינה איז אפגעהאלטן געווארן פאר די בחורים פון די ישיבה "פאר ישראל" שע"י איחוד מוסדות גור, וואס איז א הערליכע מסגרת פאר די עלטערע כיתות פון די ישיבה גדולה, און צווישן זייערע לימודים זענען זיי אנגעשלאסן אין די "מזומנים" תורה רעוואלוציע מיסודו של כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, זייענדיג קונה מסכתות הש"ס מיט נאכאנאנדע חזרות און בחינות, שיהא דברי תורה מחודדים בפיך.
דער מעמד איז פארגעקומען במוצאי זאת חנוכה, בראשות פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט זיך משתתף געווען ביים גאנצן פארהער. ספעציעלע זיץ-פלעצער איז געווען צוגעגרייט פאר די עלטערן פון די נבחנים וועלכע זענען געקומען שעפן די גליקליכע נחת דקדושה. ווי אויך האבן זיך באטייליגט פראמינענטע שדכנים אינערהאלב די גערער קהלה.
א מרוגש'דיגע מחזה איז געווען ווען די צוויי בוחנים הרה"ג ר' מנחם פריזענט שליט"א ראש ישיבה קרן התורה ומראשי ישיבה שעכנוב, און הרה"ג ר' שלמה מנחם שווערץ ר"מ בישיבת נזר ישראל האבן פארגעלייגט די שאלות און די בחורים האבן ספאנטאן געווארפן תירוצים צייגנדיג א שטוינענדע בקיאות אין די הונדערטער בלעטער גמרא.
דאן האט אויפגעטרעטן מיט'ן משא המעמד הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א בנו חביבו פונעם רבי'ן, וועלכער שטייט אין שפיץ פונעם ארגון "שבת אחים" שע"י חבורת מזומנים, און ער האט ווארעם ארומגערעדט בחשיבות פון קביעת עתים לתורה און חזרת הלימודים, און משבח געווען די בחורים וועלכע נעמען אויף זיך צו לערנען מסכתות אין די ראמען פון די מזומנים בנוסף צו די מסכתות אין די סדרי הישיבה.
צום ענדע איז געווען דער הויכפונקט, ווען דער גערער רבי שליט"א האט משמיע געווען ווארעמע דברי ברכה, וברגשי קודש מאציל געווען פאר די בחורים "תורה איז די גרעסטע ברכה", און עס וועט משפיע זיין פאר זיי כל טוב.
Comments