מוצאי שבת פ' ויחי • י"א טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
פארלאפענעם וואך איז פארגעקומען בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א די שמחת התנאים פונעם הויז בחור החתן מאיר יצחק פישער ני"ו וועלכער האט געהאט די זכיה די לעצטע צוויי יאהר משמש צו זיין דעם רבי'ן שליט"א בנאמנות. מען האט געזינגן ניגוני שמחה, דער רבי שליט"א האט געליינט תנאים, געטרינקן לחיים, און ווארעם אנגעוואונטשן די מחותנים ובני משפחה, ובפרט פארן געטרייען הויז בחור החתן מאיר יצחק ני"ו ברכות לרוב.
Bình luận