כל שהוא ובנו ובן בנו: הגאון ר' שניאור קאטלער שליט"א איבערגעגעבן ערשטמאליגער שיעור אין ישיבה ביהמ"ד גבוה
- לפני 55 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' כי תבא • י' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

ביי די טויזנטער לומדים אין די וועלט בארימטע תורה אימפעריע "ביהמ"ד גבוה לעיקוואד" איז דאס געשפרעך פון טאג די היסטארישע התמנות פון הגאון רבי יוסף חיים שניאור קאטלער שליט"א בנו יחידו פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א וואס האט צום ערשטן מאל איבערגעגעבן א טיפיזניגע שיעור בהיכל הישיבה, בנוכחות מר אביו הגדול שליט"א סימבאליזירנדיג די ווייטערדיגע גאלדענע המשכה אין די שלשלת התורה פון די לעיקוואודע ישיבה, דור אחר דור אשר מיסודה בהררי קודש.
אט דער היינטיגער שיעור איז א דירעקטע המשך פונעם מייסד הישיבה הגאון הגדול רבי אהרן קאטלער זצ"ל, ולאחריו זיין זון הגאון רבי יוסף חיים שניאור קאטלער זצ"ל, און ווערט היינט צוטאגס געפירט בעוז וברמה דורך בנו וממשיך דרכו הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד, און אצינד האט בנו יקירו וועלכע טראגט טאקע דעם נאמען פון זקינו ראש הישיבה רבי שניאור קאטלער זצ"ל, איבערגעגעבן דעם ערשטן שיעור באותו מקום אינעם בית המדרש הישן ווי דער זיידע פלעגט איבערגעבן די שיעורים תמידין וכסדרן.
הגאון רבי שניאור קאטלער שליט"א איז געבוירן געווארן צו זיין טאטן דער ראש הישיבה הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א אלס בן יחיד צווישן עטליכע שוועסטער'ס. במשך די עלטערע שנת בחרות האט ער זיך משלים געווען אלס תלמיד חביב ביים ראש הישיבה הגאון הגדול רבי אליהו בער וואכטפויגל שליט"א אין סאוט פאלסבורג, און שפעטער איז ער ארויף לערנען קיין ארץ ישראל ווי ער האט אנגעשלאסן א קשר דאורייתא מיט הגאון רבי יונתן דייוויד שליט"א ראש ישיבת פחד יצחק, פון וועם ער פאררענט זיך אלס תלמיד מובהק.
בהגיע לפרקו איז ער געווארן א איידעם ביי הגאון רבי שמואל בדוש שליט"א ראש ישיבה לב אליהו אין מעקיסקאו סיטי, און איז ביז היינט געציילט געווארן אלס איינס פון די אריות שבחבורה אברכים היקרים לומדי בית המדרש גבוה.
די יעצטיגע אויפנאמע פון הגאון רבי שניאור שליט"א פארצולערנען שיעורים בהיכל הישיבה קומט אין נאכפאלג וואס די ביז יעצטיגע דריי ראשי הישיבות אין לעיקוואוד האבן אין די לעצטערע תקופות אויפגענומען זייערע קינדער ארויסצוהעלפן מיט די הרבצת התורה און איבערגעגעבן טיפזיניגע שיעורים בהיכל הישיבה.
הגאון רבי דוד שוסטאל שליט"א האט לעצטנס ממנה געווען בנו הגאון רבי אהרן שוסטאל שליט"א איבערצוגעבן שיעורים קבועים, הגאון רבי ירוחם אלשין שליט"א האט לעצטנס ממנה געווען בנו הגאון רבי אהרן אולשין שליט"א איבערצוגעבן שיעורים קבועים, און הגאון רבי ישראל ניומאן שליט"א האט לעצטנס ממנה געווען זייין איידעם הגאון רבי אברהם יצחק ביסול שליט"א איבערצוגעבן שיעורים קבועים.
הגאון רבי שניאור שליט"א האט היינט ערשיינט אינעם בית המדרש הישן פון די לעיקוואודע ישיבה אין באגלייטונג פון אביו ראש הישיבה הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א, און איבערגעגעבן די טיפזיניגע שיעור אין מסכת בבא קמא אין די סוגיא פון 'תולדותיהם כיוצא בהם' מיט א געוואלדיגע ריתחא דאורייתא.
די התמנות איז אויפגענומען געווארן מיט א טיפע התרגשות ביי אלעמען צוגלייך, זעהנדיג ווי די גאלדענע קייט פון הרבצת התורה ציהט זיך ווייטער דור אחר דור, וכל שהוא ובנו ובן בנו תלמיד חכם שוב אין תורה פוסקת מזרעו לעולם.






תגובות