top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שבר על שבר • נפטר געווארן הרבנית מבארניב ע"ה אשת האד' מבארניב טאכטער פון הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל

דאנערשטאג פ' וישלח • י"ז כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


ברוך דיין האמת, אשת חבר כחבר, ברתא דמלכא קדישא


מיט גרויס צער און טרויער קומט יעצט אן די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הרבנית הצדיקת מבארניב עליה השלום, מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א, און ברתא דמלכא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע, וועלכער איז יעצט ביינאכט נפטר געווארן אין די סאפפערן שפיטאל אין מאנסי, אין עלטער פון זעקס און זעכציג יאר.


די רעבעצין הרבנית צפורה האלבערשטאם ע"ה איז געווען די צווייטע טאכטער און דריטע קינד פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע, פון וועמענס הסתלקות מען שטייט נאך אצינד אין די שנת האבילות, די רעבעצין איז געבוירן געווארן אין סקווירא שטעטל, און איז אויפגעוואקסן אויפן שויס פון איר גרויסן זיידן הרה"ק מסקווירא זי"ע. בהגיעה לפירקה האט זי חתונה געהאט מיט איר חשובער מאן כ"ק אדמו"ר מבארניב הרה"צ רבי צבי אלימלך האלבערשטאם שליט"א, א זון פון כ"ק אדמו"ר מקיוויאשד זצ"ל. די רעבעצין האט געוואוינט פאר לאנגע יארן אין שיכון סקווירא, זייענדיג פון די גאר חשובע משפחות אין שטעטל.


מיט עטליכע יאר צוריק האט זי זיך אריבערגעצויגן קיין מאנסי, וואו זי איז געשטאנען לימין קדשו פון איר גרויסן מאן דער רבי שליט"א מייסד צו זיין די קהילה הקדושה און דעם שיינעם הויף לשם ולתפארת, אזוי אויך איז זי אלע יארן צוגעשטאנען מיט גרויס געטריישאפט צו איר גרויסן טאטן הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע, און די מאמע תבדל לחיים טובים הרבנית הצדיקת מראחמיסטריווקא לרפואה שלימה, ליידער איז זי נישט געווען געזונט אין די לעצטע פאר יאר, און האט זיך שטארק געמוטשעט מיט איר מצב הבריאות.


היינט נאכמיטאג איז די רעבעצין פלוצלינג צוזאמגעפאלן ביי זיך אין שטוב, הצלה איז אלארמירט געווארן און סטאבליזירט די מצב, אבער עטליכע שעה דערויף זייענדיג שוין אין שפיטאל האט זיך די מצב דראסטיש פארערגערט, און יעצט אנהייב נאכט האט זי אויסגעהויכט איר נשמה ליוצרה, לדאבון לב משפחתה היקרה און הונדערטער חסידים ברחבי תבל.


פרטים איבער די לוויה וועט נאכפאלגן.


אין די זעלבע צייט ווערט דער ציבור גערופן מתפלל צו זיין לרפואתה השלימה פון די מאמע הרבנית הצדיקת מראחמיסטריווקא תליט"א, וועלכער געפונט זיך אויך אין שפיטאל צוליב פראבלעמען מיטן אטעם, הרבנית מרים בת צפורה לרפואה שלימה.

bottom of page