המקובל הגה"צ רבי חזקיהו דוב הכהן קוק שליט"א באפרייט נאך לאנג פארצויגענע שפיטאליזאציע
- לפני 34 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' האזינו • כ"ה אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בשעת כלל ישראל איז ווייטער מפציר בתפלה ותחנונים לרפואתו המהירה פון המקובל הגה"צ רבי חזקיהו דוב הכהן קוק שליט"א לרפואה שלימה, ווערט מיט צופרידנהייט אויפגענומען, אז אזוי אזוי דער מצב איז אין לויף פון די לעצטערע וואכן געגאנגען עטוואס צו בעסערונג, איז ערמעגליכט געווארן אז דער מקובל זאל קענען זיך אומקערן צו זיין ישיבה אין טבריה וואו ער וועט ווייטער באהאנדלט ווערן אונטער די שטענדיגע אויפזיכט פון א שטאב דאקטוירים.
טראץ וואס דער מקובל איז ליידער נאך אלס נישט ביים פולן באוואוסטזיין, האט מען זיך ב"ה ארויסגעזעהן פון דעם מצב סכנה אין וועלכן ער האט זיך געפינען דורכאויס די ערשטע חדשים פונעם שווערן דורכגאנג.
די נייעס איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס פרייד אין די ישיבה פונעם מקובל אין טבריה וואו די תלמידים האבן געזאגט די ברכה פון שהחיינו בשם ומלכות אויף די שמועה טובה.
גלייכצייטיג איז געלונגען צו מסדר זיין אז מ'זאל דעם מקובל קענען באהאנדלען בחדרו הפרטי אין די ישיבה, אויף וואס עס איז געווארן אהערגעשטעלט גאר קאסטבארע איינריכטונגען פון סאפסיטיקירטע מאשינען און אפאראטן וואס פעלט זיך אויס זיך צו קענען אפגעבן מיט די קאמפליצירטע הייל מיטלען און אויפזיכט.
ווי פארשטענדליך וועט דער רב שליט"א נישט קענען לעת עתה אריינקומען אין ביהמ"ד, דאך וועט ער קענען מיטהאלטן דאס דאווענען אין ישיבה פון זיין צימער.
אידישע קינדער זענען ווייטער מתפלל אז דער מקובל מרן חזקיהו דוב הכהן בן שושנה זאל זיך גענצליך ערוועקן און קומען צו די כוחות מיטן אויבערשטנס הילף, און קענען ווייטער משפיע זיין מאורו הגדול פאר זיינע תלמידים, מעריצים ושומעי לקחו.





תגובות