מונטאג פ' ויקהל • כ"ד אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
א הערליכע "סעודת פורים קטן" איז פארגעקומען פארגאנגענעם וואך פורים קטן אין שפיץ פון כ"ק האדמו"ר מוויען שליט"א אין די שטאט לאס אנזשעלעס בבית הטפסר המרומם מוה"ר בערל ווייס הי"ו.
די וויענער רב שליט"א וואס וויילט אצינד אין פאלם ספרינגס אויף אפרוה איז געקומען צו פארן קיין לאס אנזשעלעס אויף די פערזענדליכע איינלאדענונג פון הנגיד ר' בערל ווייס וועלכע האט פארבעטן דעם רבי'ן ער זאל אריבערקומען קיין לאס אנזשעלעס צו פראווען א "סעודת פורים קטן" בביתו.
עס האט זיך צוזאמגענומען א שיינע ציבור פון אנשים מכובדים ונדיבי עם בראשות פילע רבני העיר ובראשם הרה"ג יוחנן העניג שליט"א דער רב פון די חסידישע כולל. הרב אלחנן טויבער שליט"א אב"ד בית יהודה, הרב נחמי' לאנגער שליט"א אב"ד שערי תורה, הרב אברהם יהושע לעוו שליט"א, און נאך חשוב'ע רבנים.
אנהייב פונעם מסיבה האט אויפגעטרעטן הרב יוחנן העניג שליט"א דער רב פון די חסידישע כולל וואו דער בעל אכסניא הרה"ח ר' בערל איז דער בריח התיכון. דער חשוב'ער רב האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכי' וואס תושבי לאס אנזשעלעס האבן צו מקבל זיין את פני הקודש, וואס איז א געוואלדיגע געלגענהייט פאר די גאנצע שטאט.
דערנאך האט מען געהערט ווערטער פון הרה"ח ר' יוסף לעפקאוויטש שליט"א מראשי ק"ק וויען וואס האט מיט ווארעמע ווערטער ארויסגעברענגט די היסטאריע פון די וויענער קהלה וואס דאס איז יסודתו בהררי קודש, הגה"צ ר' יונתן שטייף זצוק"ל דערנאך הגה"צ רבי עזריאל יהודה לעבאוויטש זצוק"ל וואס האבן געבויט די קהלה בדם לבבם. אין די המשכת ההנגה דורך כ"ק האדמו"ר מוויען שליט"א וואס טוט אריינלייגן כוחות עצומות אין די קהלה און די מוסדות. ער האט ארומגערעט איבער די סכומים אדירים פון 35 – 40 מיליאן דאללער וואס איז געשאפן געווארן אין די לעצטע פאר יאר אליינס פאר הרחבת גבולי הקודשה וואס דאס אלעס איז געשאפן געווארן צווישן דעם היימישן עולם תלמידי וחסידי וויען. אצינד איז מען אנגעוויזן אויף נאך 20 מיליאן דאללער צו בויען עטליכע בנינים און מען דארף צוקומען צו די הילף פון כלל ישראל דאס צו קענען עררייכן.
מיט א יראת הכבוד האט מען זיך צוגעהערט צו די דברות קודש פון כ"ק האדמו"ר מוויען שליט"א וואס האט אנגעהויבן זיינע ווערטער מיט א הערליכע דרוש אויף די ענין פון פורים קטן מתובל בדברי אגדה. דערנאך האט ער גערעדט ווארעמע דיבורים איבער די שבח פון געבן צדקה. דערנאך איז די גאנצע ציבור ארויס מיט פרייליכע ריקודין לכבוד היום אין מען האט געבענטשט.
נאכן בענטשן איז אנגעקומען א קבוצה פון תלמידי המתיבתא אין לאס אנזשעלעס וואו די רבי האט געגעבן א קורצע שמועס בחיזוק לימוד התורה. שפעטער איז דער בעל אכסניא הרה"ח ר' בערל אריין אל הקודש פנימה וואו מען האט געשמועסט שיינע זכרונות, אין דער נדיב האט געשנאדערט א סכום הגון פאר די הרחבת גבולי הקדושה.
ביים ארויסגיין האט דער בעל אכנסיא געוויזן פארן רבי'ן דער פראכטפולער בנין וואס ווערט אצינד געבויט פאר די היימישע מיידל שולע אין לאס אנזשעלעס וואס ר' בערל דינט אלס דער עמוד התווך פונעם פראיעקט. פון דארט איז די רבי צוריקגעפארן קיין פאלם ספרינגס למעון קדשו וואו ער האלט זיך אויף אין די טעג.
Commentaires