top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בזמן שהצדיק בעיר • האד' מסאטמאר אהיימגעקומען נאכן וויילן אין פאלם ספרינגס אויף אפרוה

דינסטאג פ' תרומה • ד' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט האט זיך כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א צוריק געקערט למעון קדשו אין קרית יואל נאכן וויילן די לעצטע פיר וואכן אין פאלם ספרינגס קאליפארניע אויף מנוחת הנפש. ביים פארלאזן פאלם ספרינגס האט זיך די רבי באדאנקט פארן ארטיגע רב הביהמ"ד הרב שלמה אהרן דענעביים שליט"א וואס האט אוועקגעגעבן די ביהמ''ד ומקוה פארן רבי'ן ולטובת די חסידים וועלכע זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש.


באנאכט האט די רבי'ס פריוואטע פליגער אינעם טעטער-בארא לופטפעלד, דער רבי האט דארט געדאווענט מעריב אין לופטפעלד אינאיינעם מיט א מנין חסידים וועלכע זענען ארויסגעקומען צום לופטפעלד, אין נאך מעריב ארויסגעפארן אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.












Komentarai


bottom of page