top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאיאן וועט אנקומען אויף א בליץ באזוך בעיר הבירה לאנדאן לרגל משפחה שמחה

דאנערשטאג פ' פקודי • ד' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט התרגשותדיגע געפילן לאין ערוך האבן חסידי באיאן ותושבי עיר הבירה לאנדאן ערהאלטן די בשורה טובה ומרנינה אז כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וועט די קומענדיגע וואך מופיע זיין בהדרו אויף א קורצע באזוך אין שטאט לשמחת לב עדת צאן מרעיתו תושבי לאנדאן.

די רבי שליט"א טוט אונטערנעמען די נסיעה לרגל א שמחה אין די משפחה, און וועט זיך אויפהאלטן אין שטאט א קארגע טאג, דעם רבינס נסיעה טוט אויפברענגען גרויס התרגשות ביי די חסידים, נאך לענגערע יאהרן וואס די רבי שליט"א האט נישט באזוכט אין די קהילות הקדושות דחסידי באיאן מעבר לים.


זונטאג נאכט בבואו לחון את פני העיר וועט די רבי שליט"א ערשיינען אינעם באיאנער קלויז אין די סטעמפארד הילל געגענט אויף תפילת מעריב ברוב עם הדרת מלך, נאך מעריב וועט פארקומען א מסיבת לחיים און מעמד קבלת פנים, ווי די חסידים וועלן האבן די געלעגנהייט אדורכצוגיין שלום נעמען, צומארגנס מאנטאג וועט זיך די רבי שליט"א צוריק קערן אהיים למעון קדשו אין עיה"ק ירושלים.

bottom of page