מוצאי שבת פ' ויקהל • כ"ט אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: סאטמארע נייעס
היינט נאכמיטאג זענען אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט''א בביתו נאווה קודש אין קרית יואל די רבנים פון די וועלט בארימטער OU כשרות ארגאניזאציע ובראשם הרב מנחם גענאק און הרב משה עלפאנט, און דער OU טשערמאן הרב נובערגער פון באלטימאר, אינאיינעם מיט די הנהלה און רבני 'איגוד הסופרים' אין קרית יואל. ביים אסיפה איז ארומגעשמועסט געווארן בנוגע די לעצטיגע פראבלעמען פון די זיופים און פסולים בכל עניני סת''ם און בעיקר פון מזוזות, ספעציעל די 'סטענסיל מזוזות' וכדומה. און איבער די פעולות הסברה וועלכע דארפן געטון ווערן אינעם ענין אז יעדער זאל קויפן פונעם סופר דירעקט און נישט דורך קיין סוחרים, און איבער די מעגליכקייט צוצושטעלן א השגחה מעולה אויף סופרות. עקסטער האט מען דן געווען איבער די פראבלעמען מיט עטליכע סארט קאמפיוטער בדיקות און מען האט אויפגעברענגט עטליכע מהלכים וויאזוי עס צו פארבעסערן אין עתיד, מען האט דן געוועהן איבער די נייע בדיקת קאמפיוטער וואס דער סאטמארע רבי שליט"א האט אוועקגעשטעלט אין די פארגאנגענע וואכן אינערהאלב די ועד הסת"ם פונעם בית הוראה דקהל יטב לב, מיטן ציל נאכצוגיין די קראנטקייט פון די קאמפיוטערס וואס טוהן בודק זיין ספרי תורה.
די רבנים האבן זיך אריינגעלייגט בכובד ראש אין דורכגעטוהן די נייע מעגליכקייטן פון בודק צו זיין סת"ם צו קענען אדאפטירן די פרישע אויפטוה. נאכן אסיפה האט די רבי שליט"א געגעבן פאר די רבנים ספרו לב אהרן אויף ויקרא אגדה ודרושים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו און איינגעלאדענט די רבנים מיטצוקומען אויף א באזוך אינעם מקוה טהרה, וואו די רבי האט ארומגעוויזן די רבנים די אלע חומרות אין הידורים מיט וואס די נייע מקוה ווערט בעז"ה אויפגעבויט, למען טהרתן וקדושתן של ישראל.
Comments